דב בעריש עלעפאנט
הרב דב בעריש עלעפאנט | |
געבורט |
26 יאנואר 1861 ט"ו שבט תרכ"א טאש, אונגארן |
---|---|
טויט |
10 מאי 1941 (אלט 80) י"ג אייר תש"א ניו יארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
מדינה | אונגארן, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
טעטיקייט ארט | ווישעווע, אונגוואר, קאראס, מונקאטש, ניו יארק |
זיינע רביס | רבי חיים הערש מאנהיימער |
חיבורים | ספר גליוני ר' דוב בעריש, עין הבדולח |
זיווג | בבא אייזענבערגער-עלעפאנט |
פאטער | אברהם עלעפאנט |
צאצאים | |
חתימה | |
רבי דוב בעריש עלעפאנט (ענגליש: Bernard Elefant, אונגאריש: Elefánt Bernát; ט"ו שבט תרכ"א [1861] טאש - י"ג אייר תש"א [1941][1]) איז געווען א רב, דיין, מחבר-ספרים, און א באנקיר.
לעבנס געשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי דב בעריש עלעפאנט איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל טאש, עסטרייכער אימפעריע (היינט אין אונגארן), צו זיין פאטער הרב אברהם עלעפאנט און זיין מוטער אסתר (געב' קליין). זיין פאטער איז געווען א רב און א סוחר. זיין ברודער, זושא עלעפאנט[2] האָט געהאַט אַ באוואוסטע זעגעווערק אין ווישעווע. ער איז אויפגעוואַקסן אין א חסידישער סביבה. אלס בחור פלעגט ער לערנען אין די ישיבות אין סיגעט, אונגוואר און אנדערע ישיבות. אין זיינע קינדעריאָרן איז ער געווען תלמיד פון דעם ייטב לב[3] און רבי שלמה גאנצפריד, אבער שפעטער איז ער געווען א תלמיד מובהק פון הגאון רבי חיים הערש מאנהיימער זצ"ל.[4]
אין 1884 האט ער פארהייראט זיין פרוי, באווא אייזענבערגר, אן ערשטע קוזינע זיינע.[5] דער מסדר-קידושין איז געווען רבי יהוסף ראטנבערג פון קאסאן. זיין ווייב איז געווען אַ געשעפט פרוי. זיי האבן געהאט זעכצן קינדער; עטלעכע זענען געשטארבן אין קינדשאַפט. אין אונגארן, האט ער געדינט אלס א באנקיר (באנק פארוואלטער) פאר פרנסה. אין דער ערשטער וועלט מלחמה, איז זיין ווייב געשטארבן.[6]
אין 1926 האט ער זיך געצויגן קיין אמעריקע (וויליאמסבורג), מיט זייַנע צוויי יונגסטע טעכטער און זיין עלצטן זון, הרב זכריהו עלעפאנט. דארט, איז ער געווען א מגיד שיעור אין ישיבת תורה ודעת.
נאך צוויי זין זענען געווען הרב יוסף מאיר עלעפאנט און דער זשורנאליסט מענדל עלעפאנט.
אין 1936, ווען ס'איז געווען א מחלוקת צווישן די תלמידים פון ר׳ חיים אברהם דובער הכהן לעווין ('דער מלאך') און ישיבת תורה ודעת, האט די דין תורה פון ר' דב-בעריש עלעפאנט געפאסקנט אז די 'מלאכים' מעגן בלייבן אין ישיבה.
אין ניו יארק, אין שנת תרח"ץ, האט ער געדרוקט זיין רבי'ס (רבי חיים הערש מאנהיימער) ספר, שו"ת "עין הבדלח" . נאָך זיין טויט, האט זיין זון, הרב זכריהו עלעפאנט, געדרוקט נאך איין ספר "עין הבדולח" (שיעורים על הש"ס) אין ה'תש"ד.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ די מצבה אויף דעם וועבזייַטל kevarim
- ↑ די מצבה פון ר' זושא עלעפאנט אויף דעם וועבזייַטל BillionGraves
- ↑ זעט א מעשה מיט דעם ייטב לב: שלומי רייסקין, "שב על כסאי" : מעלתו וכוחו של כיסא הרב. ידע-עם, 71-72 (תשעא), בלאט 150, אין וועלכע ער האט ציטירט א בריוו פון ר' זכריה עלעפאנט, מיט די מעשה.
- ↑ חיים צבי מאנהיימר, עין הבדולח : חידושים על סוגיות הש"ס, ניו יורק, ארה"ב: הרב זכריהו עלעפאנט, 1944, בל' 1-6 (הקדמה)
- ↑ זיין שווער, רבי משה אברהם אייזענבערגער, איז געווען רב און א מורה הוראה אין קאראס, צווישן 1850 און 1890. זעט: ספר עין הבדולח: חידושים על סוגיות הש"ס, ניו יורק: הרב זכריהו עלעפאנט, תש"ד, בלאט 4: "...בת אבי זקני הרב משה אברהם עלעפאנט אייזענבערגער זצ"ל, שהיה דודו... והיה מתלמידי מרן הגאון חתם סופר, ומורה הוראה בעדתו עיר קאראס ארבעים שנה והיה יושב אהלים באהלה של תורה ולא מש התורה מפיו יומם ולילה...".
- ↑ משה ברגמן, עתיר פומבי, בני-ברק: ישיבת הרשב"י, תשל"ג, בלאט 63, אַן עדות פון איר זון, רבי חיים יוסף מאיר עלעפאנט: "אמו מרת בבא בת ר' משה אברהם זצ"ל נפטרה ד' אייר תרע'ו".
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- רבי אלטר שאול פעפער, שו"ת אבני זכרון, חלק ב, דף קיא, אות ה': "...וע"ז העיר הג' ר' בעריש עלעפאנט נ"י מאויבער ווישאווא...".
- ספר גליוני ר' דוב בעריש : "...חידושים, הערות והגהות שנמצא רשום על גליוני הש"ס וגליונות מנחת חינוך / של הרב בעריש עלעפאנט...", ניו יארק : א"ז בערקאוויץ, תשמ"ט 1989
- עין הבדולח : חידושים על סוגיות הש"ס, ניו יורק, ארה"ב: הרב זכריהו עלעפאנט, 1944.