גיכקייט

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

אין פיזיק, איז גיכקייט א מאס וואס באשרייבט די באוועגונג פון א קערפער - דער דיסטאנץ אריבער וואסע ער גייט אין אן איינץ פון צייט. מען טוט באצייכענען דעם ווערט מיטן בוכשטאב v. די דימענסיעס פון גיכקייט זענען ווייטקייט/צייט.

אין יידיש ניצט מען דאס ווארט "גיכקייט" מיט צוויי באדייטונגען:

  • א באדייטונג פון גרייס - אין דעם פאל איז גיכקייט א סקאלארע קוואנטיטעט. אין ענגליש הייסט דאס speed.
  • א באדייטונג פון גרייס מיט א ריכטונג - אין דעם פאל איז גיכקייט א וועקטאר קוואנטיטעט. אין ענגליש הייסט דאס velocity.

מען דארף אונטערשיידן צווישן צוויי פעלער פון גיכקייט - דורכשניטלעכע גיכקייט און מאמענטאלע גיכקייט.

דורכשניטלעכע גיכקייט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די דורכשניטלעכע גיכקייט באשרייבט די גיכקייט פון א טיילכעל דורכאויס א געוויסן וועג. ווען א טיילכעל גייט אדורך א וועג \ d אין דער צייט \ t, איז זיין דורכשניטלעכע גיכקייט דורך דער צייט \ \frac{d}{t}. מער בדיוק, אויב אין דער צייט \ t_1 איז דער קערפער ביי \ x_1, און אין \ t_2 איז ער געווען ביי \ x_2, דעמאלסט איז זיין דורכשניטלעכע גיכקייט \ v=\frac{x_2-x_1}{t_2-t_1}

די זעלבע דעפיניציע ארבעט פאר דער דורכשנילעכער וועקטאר גיכקייט, וואס איז דער וועקטאר וואס הייבט אן דארט ווי די באוועגונג האט אנגעהויבן און האט זיין צווייטן עק ביים ענדפונקט פון דער באוועגונג, צעטיילם מיטן צייטגעדויער פון דער באוועגונג.

די סקאלארע גיכקייט איז דער טאטאלער דיסטאנץ וואס דאס טיילעכל האט זיך באוועגט צעטיילט מיטן צייטגעדויער פון דער באוועגונג.

איינסן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין דער אינטערנאציאנאלער סיסטעם פון איינסן מעסט מען גיכקייט אין ק"מ אין א שעה (ק"מ/ש).