בריטיש ערווייס

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון בריטיש ערוועיס)
בריטיש עירוועיס פליגער

בריטיש ערוועיס איז די הויפט לופטליניע פון דעם פאראייניגטן קעניגרייך. זי איז הויפטקווארטירט אין הארמאנדסווערט, אין דער לאנדאנער בארא פון הילינגדאן.

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

בריטיש ערוועיס איז געבוירן געווארן אין יאר 1919 און איז געווען די ערשטע לופטליניע וואס האט געהאט א טעגליכע פליפלאן פון אינטערנאציאנאלע פליען, אנגעהויבן צווישן לאנדאן און פאריז. די פירמע האט ערשט געהייסן "עי.טי.ענד.טי." און האט געהאט עטליכע איינצעלע מאטאר פליגער.

עטליכע יאר שפעטער האבן זיך געעפענט נאך עטליכע קליינע עירליינס אין בריטען. אבער זיי האבן נישט צו לאנג מאריך ימים געווען, ווייל אין יענע צייטן זענען זייער ווייניג מענטשן געפארן מיט פליגערס און עס האט געקאסט א הון רב. אין יענע יארן האט געדויערט פאר א פילאט צוויי טעג צו פליען פון לאנדאן קיין פאריז ווייל מען איז געווען געצווינגען צו לאנדן 33 מאל דורכאויס די וועג.

איינע פון די ערטשע קונדן פאר בריטיש ערוועיס איז געווען די בי.בי.סי. פרעסע. עס זענען געפארן מער פליגער מיט צייטונגן ווי מיט מענטשן. ביז געציילטע יארן האט די פירמע געקויפט גרעסערע פליגער און געמאכט א רייזע פון לאנדאן קיין פאריז אין עטליכע שטונדן. אחוץ דעם זענען פרייזן געפאלן וואס האט סטאביליזירט די פירמע און מענטשן האבן אנגעהויבן נוצן פליגער אין די מאסן.

ביז אין יאר 1930 האט בריטיש ערוועיס געהאט פיר גרויסע קאנקורענטן (הענדלי פיידזש, דיימלער ערוועיס, בריטיש ער מערין, און אימפעריעל ערוועיס) וועלכע האבן זיך געשטארקט יעדן טאג אראפברענגנדיג די פרייזן גאר ביליג. א דאנק די שטארקע קאנקורענט האבן די פירמעס אנגעהויבן מאכן רייזעס איבער די גאנצע וועלט.

די בריטישע רעגירונג האט אין יענע יארן געהאט די בעלות איבער בריטיש ערוועיס און האט איר געהיטן ווי א מאמע גיט אכט אויף איר בעיבי. אין 987' איז די פירמע פריוואטיזירט געווארן נאכדעם וואס די רעגירונג האט איר ארויפגעלייגט אויפ'ן סטאק מארקעט פאר 125 פעניס א שעיר. איבער א מיליאן מענטשן האבן אין צוויי טעג געקויפט בריטיש עירוועיס'ס סטאק, ארויפברענגנדיג איר דריי פאכיג.

גרויס[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

בריטיש ערוועיס איז נאך היינט דער וועלט'ס גרעסטע לופטליניע אין אינטערנאציאנאלע פליען. די פירמע טראגט ארום 40 מיליאן מענטשן א יאר אויף 309 פליגער. אין איין טאג פארן ארויס איבער א טויזנט פליען צו איבער 500 פליצילן אין 105 לענדער איבער דער וועלט, דעקנדיג ארום 800,000 קילאמעטער.

די פירמע איז הויפטקווארטירט אין היטרוי לופטפעלד אין לאנדאן אבער איז אויך גאר שטארק אקטיוו אין גאטוויק ערפארט און אין לאנדאן סיטי ערפארט. די פירמע גיט ארבעט פאר איבער 60,000 מענטשן פון וועלכע 82 פראצענט ארבעטן אין בריטאניע.

היטרוי פליפעלד[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

טערמינאל 5 אין יולי 2006, בשעת ווען עס איז געווען אינמיטן בויען

בריטיש ערוועיס האט זיין אייגענעם טערמינאל אין היטרוי ערפארט, לאנדאן וואס הייסט טערמינאל 5 אדער T5. די מלכה עליזאבעט האט געעפנט דעם טערמינאל דעם 14טן מערץ 2008. בויען דעם טערמינאל האט געקאסט £4.3 ביליאן ($6.2 ביליאן). דער טערמינאל געפינט זיך צווישן היטרוי'ס צוויי סטארטפאסן - 27L/09R און 27R/09L. דער שטח איז גרויס 260 העקטארן, און עס האט זיין אייגענע באן סטאנציע.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: בריטיש ערווייס

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]