בין הזמנים
מראה
בין הזמנים איז צווישן די רעגולערע זמנים אינעם סדר פון ישיבות.
וואס איז בין הזמנים?
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די פעריאדע ווען ישיבות זענען פארמאכט און די בחורים (תלמידי הישיבה) געפינען זיך אויף דאטשע. די בחורים דרייען זיך ארום אין די גאסן שלינק און שלאנק און האבן נישט וואס צו טאן מיט'ן טאג. ס'איז נישט קיין סדרים און קיין משגיחים און איז א פלאג פאר יעדע טאטע און מאמע.
ווען איז בין הזמנים?
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ביי חסידישע ישיבות איז עס פון גאנץ חודש ניסן און גאנץ חודש תשרי. ביי ליטווישע ישיבות, איז עס אין עטליכע וואכן אין די זומער מאנאטן,אין אב פון נאך תשעה באב, ביז ראש חודש אלול, און גאנץ חודש ניסן, און פון נאך יום כיפור ביז ראש חודש חשון.
היסטאריע פון בין הזמנים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- די בין הזמנים האט זיך געשאפן אין דער אלטער היים, ווען די בחורים האבן געדארפט אהיים פארן צו זייערע עלטערן אויף פסח און אויף סוכות. דאס אהיימפארן מיט א פערד און וואגן, אדער מיט די שנעלצוג, האט גענומען פאר די בחורים באלד צוויי וואכן, מ'האט זיך געדארפט אריינשלעפן אין די שטאט, זיך שלעפן פון איין באן צו די צווייטע, האט מען נאטירליך נישט געקענט זיין אין ישיבה.
- בין הזמנים אין ניסן און תשרי איז א זאך וואס ווערט שוין געברענגט אין דער גמרא מסכת ברכות אין פרק כיצד מברכין. דאן איז דאס געווען פאר די שניט אום תשרי און די פלאנצן אום ניסן.
- די ליטווישע ראשי ישיבות האבן נישט געוואלט קאליע מאכן די אלול ווינט, האבן זיי געמאכט בין הזמנים אום אב, און אוועקגענומען די בין הזמנים פון תשרי אויף ביז נאך יום כיפור.