ארטסקראל
ארטסקראל אדער מסורה (ארט איז קונסט אין ענגליש, און סקראל איז אין ענגליש א מגילה) איז א פרומע אידישע פובלישונג קאמפאני לאקירט אין ברוקלין וואס איר ציל איז פארטייטשן די תורה אויף דער שפראך וואס רוב אידן רעדן היינט. סיי ענגליש און סיי אנדערע שפראכן.
זיי געבן אויך ארויס ספרים פון א ליטווישער פרעספעקטיוו.
די קאמפאני איז געגרינדט געווארן דורך ר' מאיר זלאטאוויטש, און ווערט אנגעפירט מיט זיין שותף ר' נתן שערמאן - א ר' אהרן קאטלערס א תלמיד פון בית המדרש גבוה אין לעקוואד. ביידע ליטווישע אידן.
רוב פון די רעדאקטארן זייערע זענען אבער חסידישע אינגעלייט וואס טוען דאס פאר פרנסה.
אינהאַלט |
[באַאַרבעטן] לויב קריטיק אויף זייער ארבייט
זייער ארבעט איז היסטאריש מיט דעם וואס עס טוישט דאס גאנצע מציאות פון תורה און אידישקייט זינט מעמד הר סיני. דאס ערשטע מאל וואס אזא מולטי-מיליאן דאלערדיגער פראיעקט צו טוישן די תורה איז אויפן וועג מיט דער הסכמה און גוטהייסונג פון רוב ערליכע תורה אויטאריטעטן. די איידיע פון אנפאנג איז נישט זייערס מענדלסאן און ר' עדין שטיינזאלץ און נאך צענדליגע און הונדערטע אידן האבן דאס שוין פרובירט אין עבר אבער עס איז אייביג דורכגעפאלן ווייל זיי האבן נישט געקענט פאליטיש מאנובערן אז די רבנים זאלן דאס נישט פארשרייען. עדין שטיינזאלץ איז א ליבאוויטשער און הרב שך האט אים גוט באגראבן. די ארטסקרול חברה זענען אבער זייער רעפענירט און פאליטיש געשטימט נאנט צו די גרעסטע ליטווישע גדולים אז קיינער קען זיי נישט באשמוצן און אנהייבן א לעגעטימער מערכה קעגן זיי - ממילא גייען זיי דערווייל אן מיט זייער מיסיע איבערצוטייטשן די תורה פון לשון קודש צו ענגליש אויף א מאסן-שטאבליכער אופן וואס שטעלט מיט זיך פאר א עתיד וואס ענגליש וועט ווערן, לויט טייל קריטיקירער, א לשון הקודש.
זיי ענטפערן אבער אז די קריטיק איז נישט אויסגעהאלטן ווייל זייער פראיעקט איז נישט חלילה צו טוישן די מהות פון תורה נאר צו ראטעווען רוב אידן פון היינטיגען דור פון עמי הארצות און ביטול תורה דורך דאס גרינג מאכן פאר זיי אויך צו פארשטיין און לערנען. און זיי זעהן איין די סענסעטיווקייט פון אזא פריעקט דעריבער מוז יעדע שטיקל ווארט און ארבייט ווערן רעדאקטירט פון אנגענומענע רבנים גדולי הדור, ווי למשל יעדע מסכתא ווערט דורכגעארבעט דורך א דיין אדער רב פון א קהילה אין בארא פארק אדער לעיקוואד וואס איז אנגענומען אויף יעדן איינעם פון די פרומסטע קרייזן צו דינען אלס רעדאקטער פון אנדערע תלמידי חכמים וואס שרייבן דאס אויף די שפראך.
[באַאַרבעטן] דער זכות פון דער רייכער שאטנשטיין פאמיליע
ר' דזשעראם שאטנשטיין ז"ל איז געווען א מאדערן ארטאדאקסישער איד תלמיד פון וויי.יו. ער איז געווארן זייער רייך, און לזכותו איז ער די לעצטע מינוט פון זיין לעבן באפוילן זיינע קינדער זיי זאלן שטיצן דעם ארט סקראל פראיעקט פון איבערטייטשן כל התורה כולה.
זיינע קינדער זענען היינט פארעכענט פון די וועלט'ס גרעסטע ביליאנערן. זיי האבן ריזיגע קליידונג געשעפטן אין די גאנצע וועלט, און זיי זענען די בעלי בתים פון אמעריקן איגעל, און זענען געליסטעט אויף די אמעריקאנער בערזע אין וואל סטריט. דער יורש, דזשעי שאטענשטיין איז א מאדערן ארטאדאקיסשער איד, וועלכער דאווענט יעדן טאג, און האט שיעורים.
די גאנצע שאטענשטיין פאמיליע זענען שומרי שבת און האלטן כשרות און אידישקייטץ.
א גרויס חלק פון די ארטסקראל פראיעקט אויף ש"ס דאס איז פאר זיי אפאר נישטיגע מיליאן פון זייערע ביליאנען אז דער גמרא וואס אלע נוצן זאל ווערן אנגערופן על שמו ועל זכרו פון זייער פאטער. ד.ה. ביז ארט סקראל האט א גמרא דרוק וואס רוב בנין ומנין פון כלל ישראל האט זיך באנוצט געווען אנגערופן אויף ש"ס ווילנא אדער אנדערע נעמען פון היינט מאל אן איז דאס ש"ס שוטענשטיין.
[באַאַרבעטן] גרינג מאכן צו פארשטיין דערמיט אוועק נעמען די באגריף פון עמלות בתורה
אין אלגעמיין צווישן די תלמידי חכמים און רוב פרומע איז דאס אראפגעקוקט דערווייל זייערס א ש"ס אין שטוב, וואס בלויז די בעלי בתים און די עמך גרויסן זיך דערמיט ווייל אן דעם וואלטן זיי דאך נישט געלערנט גארנישט.
[באַאַרבעטן] מאכן תורה בלשונות העמים קעגן אידיש שפראך
די חסידים ענען זייער אויסגעשלאסן קעגן זייער ארבייט.
איינס צוליב דעם וואס עס איז דא א חרם פון חתם סופר צו שרייבן אדער רעדן אין פובליק תורה אויף א גוישע שפראך. אבער זייער תירוץ איז אז די ליטווישע קענען נישט קיין אידיש, און די גאנצע אידיש שטאמט דאך פון דייטשן וואס איז פיל ערגער ווי די אמעריקאנע שפראך, און די חתם סופר'ס פסק איז בלויז געווען אויף יענע צייטן קעגן די ווינטן פון די השכלה וואס האט דאן געבוזשעוועט, אבער היינט צוטאגס איז נישטא די פראבלעם פון השכלה לויט די ליטווישע וועלט און בלויז פאר זיי ווייל זיי קענען דאך די שפראך סייוויסיי און די ענגליש תורה איז בלויז צו ראטעווען, - אבער די חסידים ענטפערן אז די פראבלעם פון השכלה באוועגונג האט זיך אויך אנגעהויבן מיט איבערטייטשן קודם די תורה אויף די גוי'אישע שפראך. די תירוץ איז פון די ליטווישע איז אז דאן האבן די אידן נישט גערעדט די גויאישע שפראך איז דאס געווען פארעכענט ווי אן עבירה און איסור חמר לכל דבר מה שאין כן היינט איז ענגליש אדער עברית די אידישע שפראך וואס רוב אידן שומרי תורה ומצוות רעדן אויפן טעגליכן באנוץ, איז דאך ענגליש מיט עברית נתקדש געווארן צו הייסן די אידישע שפראך וואס דער חתם סופר האט נישט דאס געמיינט חלילה.
[באַאַרבעטן] תלמידי וחסידי סאטמאר זענען קעגן זיי צוליב איבערטייטשן גמרא אויף עברית
דער סאטמארער רב האט געזאגט: "ענדערש זאל מען זיך ביקן צו א צלם הונדערט מאל ווי איידער רעדן איין ווארט עברית", און ער האט מוסיף געווען אז ער זאגט עס אלס פסק הלכה. דעריבער האלטן סאטמארער חסידים אז אין אזא גמרא קען מען נישט נישט לערנען.
