דזשעראם שאטנשטיין

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

זשעראם (יעקב מאיר חיים) שאטנשטיין (נפטר 1992) האט איבערגעלאזט 4 קינדער, איין זוהן און 3 טעכטער. פון די גרעסטע אידישע פילאנטראפן און ענטרעפענוערס מיט א טשעין סטאר נעץ וואס הייסט שאטנשטיין סטארס.

ער איז געווען א תלמיד פון ישיבת רבינו יצחק אלחנן און פון די בארד מיטגלידער אין ישיבה אוניווערסיטעט.

ער איז געווען א מאדערן ארטאדאקסישער איד תלמיד פון וויי.יו. ער איז געווארן זייער רייך, און לזכותו איז ער די לעצטע מינוט פון זיין לעבן באפוילן זיינע קינדער זיי זאלן שטיצן דעם ארט סקראל פראיעקט פון איבערטייטשן כל התורה כולה.

זיינע קינדער זענען היינט פאררעכענט פון די וועלט'ס גרעסטע ביליאנערן. זיי האבן ריזיגע קליידונג געשעפטן אין די גאנצע וועלט, און זיי זענען די בעלי בתים פון אמעריקן איגעל, און זענען געליסטעט אויף די אמעריקאנער בערזע אין וואל סטריט. דער יורש, דזשעי שאטענשטיין איז א מאדערן ארטאדאקיסשער איד, וועלכער דאווענט יעדן טאג, און האט שיעורים.

די גאנצע שאטענשטיין פאמיליע זענען שומרי שבת און האלטן כשרות און אידישקייטץ.

א גרויס חלק פון די ארטסקראל פראיעקט אויף ש"ס דאס איז פאר זיי אפאר נישטיגע מיליאן פון זייערע ביליאנען אז די גמרא וואס אלע נוצן זאל ווערן אנגערופן על שמו ועל זכרו פון זייער פאטער. ד.ה. ביז ארט סקראל האט א גמרא דרוק וואס רוב בנין ומנין פון כלל ישראל האט זיך באנוצט געווען אנגערופן אויף ש"ס ווילנא אדער אנדערע נעמען פון היינט מאל אן איז דאס ש"ס שאטנשטיין.

דרויסנדיקע לינקס[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]