אנטוויקלונג שטאט

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

אנטוויקלונג שטאט, (אין העברעיש עיירת פיתוח) איז א באצייכענונג אין ישראל, פאר שטעט איבערן לאנד, וועלכע געפונען זיך ווייט, און עטוואס אפגעזינדערט פון די גרויסע שטעט, וואס זענען גוט אויפגעבויט, און שטייען גוט אין אלע הינזיכטן, פון אן אויפגעבויטע שטאט. רוב פון די איינוווינער אין די אנטוויקלונג שטעט, זענען ארעמער, און פארדינען ווייניקער פון די געווענליכע ארבייטער אין לאנד, די רעגירונגען פון אנהייב די עקזיסטענץ פון ישראל, האבן פרובירט צו איבערצייגן גרויסע פירמעס און געזעלשאפטן, צו אינוועסטירן אדער אויפבויען פאבריקן אין די שטעט, צו לינדערן די שווערע ארבעטסלאזיקייט, וואס הערשט אין אזעלכע שטעט. פאבריקן וואס האבן פיליעס אין אזעלכע שטעט, צאלן ווייניקער שטייער, און באקומען הילף אין פארשידענע פארמען, פון די רעגירונג.

די אנטוויקלונג שטעט האבן אין מערסטנטייל נישט געהאט גרויס דערפאלג, און זייער צושטאנד איז ביז היינט זייער שוואך פינאנציעל, און די ארבעטסלאזיקייט ראטע איז פון די העכסטע אין לאנד. אן אויסנאם איז ערד, וואס איז יא געווען סוקסעספול, אין איז שטארק פינאנציעל.

א טייל פון די אנטוויקלונג שטעט, זענען שפעטער אויסגעוואקסן אין געהעריקע שטעט, ווי קרית שמונה, כרמיאל. אנדערע זענען געבליבן די זעלבע ווי ביים גרינדונג פון שטאט ווי ירוחם.

א טייל פון די אנטוויקלונג שטעט, האבן באקומען פון לאנד, א מוניציפאלע הערשאפט, וואס זענען גרעסער פון תל אביב, וויבאלד די לאנד האט געמיינט אז אזעלכע שטעט וועלן זיך ארויפארבעטן, און ווערן גרויסע שטעט. א טייל פון די שטעט זענען געבויט געווארן, נאכן האבן דארט איבערגאנגס לאגערן (מעברות), ווי שדרות, אור יהודה, און אנדערע.

דורכאויס די 1990גע יארן, ווען קיין ישראל האט געשטראמט אן עליה, פון די ראטן פארבאנד לענדער, זענען אסאך פון די איבערגאנגס שטעט גרויס געווארן, און אסאך פארגרעסערט זייער באפעלקערונג.

ליסטע פון די אנטוויקלונג שטעט.

אין צענטער פון ישראל. בית שמש, לוד, יבנה, אור יהודה.

אין גליל. בית שאן, חצור הגלילית, קרית שמונה, כרמיאל, נצרת עילית, יקנעם עילית, שלומי, מגדל העמק.

אין די נגב. קרית גת, ערד, קרית מלאכי, דימונה, מצפה רמון, אילת, שדרות, נתיבות אופקים, ירוחם.