אברהם משה גראס

פֿון װיקיפּעדיע

הרב אברהם משה גראס איז דער היינטיגער רב פון קערעסטיר-בערבעשט, וואס איז ממשיך פונעם וואויל באקאנטער צדיק וקדוש און בעל מופת רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע.

הרב גראס איז א זון פון ר' מיכאל, א גראדער אייניקל פונעם קערעסטירער הויף, און א איידים ביים לעלובער רבי ר' שמעו'לע זצ"ל.

זיין פאטערס ברודער, הרב ישעי' גראס זצ"ל פון וויליאמסבורג, האט געלאזט צוואה אז זיין נעפיו ר' אברהם משה זאל איבערנעמען דאס רבנות נאך עהם. היינט איז די קערעסטירער הויף אין אונגארן, אונטער זיין נשיאות, און די וואוילטעטיגער צדקה קאסע אור ישעי' וואס העלפט ארויס ארימע היימישע משפחות בארץ הקודש, ווערט אויך פרעזענטירט דורך עהם.

הרב גראס איז א סקווערער חסיד, און דינט אלץ דער ראש השוחטים פונעם סקווערער שחיטה אויף עופות.