יהודה גראווייס

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

יהודה אריה גראווייס (געבוירן: 8 אין אפריל 1974, ט"ז בניסן תשל"ד) איז א פילמען פראדוצירער און אן ארץ-ישראלדיגער חסידישער אקטיאר, פריערדיג באלעבאס פון גראווייס ברידער פראדוקציע פירמע.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

גראווייס איז געבוירן געווארן אין בני ברק פאר בן ציון און חיה שרה גראווייס, די פאמיליע זענען גערער חסידים. גראווייס איז אן אוראייניקל פון ר' שמואל אהרן שזורי. ער איז געבילדעט געווארן אין די גערער חסידות אינסטיטוציעס, אריינגערעכנט ישיבת שפת אמת.

פילמען פראדוקציע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

די גראווייס ברידער יהודה און אברהם גראוויייס האבן געפירט יארן לאנג א פארזיכערונג אגענטור אין בני ברק. נאכן באקוקן עטלעכע פילמען וועלכע זענען געווען געאייגנט פאר די רעליגיעזע און פרומע קרייזן האט יהודה צוזאמען מיט זיין ברודער אברהם אויפגעשטעלט די פילמען פראדוקציע פירמע מיט א ציל צו העכערן דעם צווייג אויף א פאכישן סטיל. די פירמע ווערט גערעכנטן א גרויסע ביי די פרומע אין דעם תחום פון פילמען פראדוקציע.

זיין ערשטער פילם האט געהאנדלט די מעשה מיט דעם תנא רבי חנינא בן דוסא און איז פאטאגראפירט געווארן אין קרית ארבע. אין רוב פון די פילמען וואס ער האט פאבריצירט שפילט ער אויך ווי דער הויפט שפילער אדער צווייטיגער שפילער. דער פאטער פון גראווייס, בן ציון, דערשיינט אויך אין א טייל פילמען וואס גראווייס האט פראדוצירט.

אין 2003, וועגן דער פראדוקציע פון די קאמפאקטלעך סעריע "די פונטשיקעס" האט אפגעלאזט אברהם די פירמע לטובת ארבעט ווי דער עקאנאמיע שרייבער פון דער צייטונג המודיע, און פון דאן פירט און פראדוצירט זיין ברודער יהודה אליינס די פילמען. אין 2006 האט ער באקומען סטיפענדיע פיתוח וקדם-הפקה צו זיין פילם "מאין יבוא עזרי" פון קרן גשר לקולנוע רב תרבותי, און די פילם פראדוקציע האט באגלייט דער פראדוצירער מארק ראזנבאום.‏

איינער פון די פילמען וואס גראווייס האט פראדוצירט איז דער פילם "ווי מאכט מען א פילם", וואס אילוסטרירט טריט נאך טריט דעם פראצעס פון א פילם פראדוקציע, און אנטדעקט דאס וואס פאסירט פון הינטער די קולישן.

ביז היינט האט גראווייס פראדוצירט ארום 86 פילמען, אחוץ די ארום -100 קאפיטלעך וואס ער האט פראדוצירט צו ערוץ התכלת. האט געווינט אין דריי פריזן אין פארשידענע פעסטיוואלן. ‏ אין יאר 2014 האט אנגעהויבן צן פראדוצירן א נייע פרומע נייעס פראגראם מיטן נאמען "דער בינענשטאק".

גראווייס וואוינט אין בני ברק, געהייראט און פאטער פאר פינף.