גראווייס ברידער

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

די גראָווייס ברידער (העברעאיש: האחים גרובייס) זענען רעזשיסארן און אקטיארן אין פילמען ספעציעל פראדוצירט פארן פרומען עולם, געווענליך אין עברית.

יהודה און אברהם גראווייס זענען גערער חסידים וואס זענען געווען די ערשטע פיאנירן צוצושטעלן פראפעסיאנאלע פרומע פילמען, אהן פרויען, סעקס, דראגס, כפירה און דאס גלייכן וואס מען געפינט נישט ביים חרדישן ציבור.

די ערשטע פאר זענען געווען פון שוואכן קוואליטעט, אבער דערנאך מיטן מאמענטום וואס זיי האבן באקומען, האבן זיי זיך היבש פארבעסערט.

די פילמען שפילן פראפעסיאנעל אפ געווענליך סיפורי חז"ל אדער באקאנטע מעשיות פון צדיקים.

שפעטער האט אברהם איבערגעלאזט די אינדוסטריע און יהודה האט ווייטער פראדוצירט פילמען אליינס.

די עקסטרעמע פרומע אין מאה שערים האבן געווארפן פאשקווילן אז זיי ברענגען אריין גויאישקייט צווישן דעם היימישן ציבור.

פילמאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • דמא בן נתינה
  • דער טאנצעדיגער בער

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]