װײַבערטײַטש

פֿון װיקיפּעדיע

װײַבערטײַטש (ווייבער טייטש) איז א פעמיניסטישע, יידישיסטע, וועכענטליכע פּאָדקאַסט, מיט אן אינהאַלט וואס פֿאָקוסירט זיך ספּעציִעל אױף פֿרױען, אױפן פֿעמיניזם, און אױף קװירע ענינים. עס איז אנגעפירט ביי סאָסיע פֿוקס, אַ דאָקטאָראַנטקע אין ייִדישע שטודיעס אינעם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט.[1]

ציל[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

לויט זייער וועבזייטל, איז זייער ציל בנוסף צי פעמיניזים, אויך צו פארשפרייטען די ייִדישע שפראך: "װײַבערטײַטש האָט אױך אַ ייִדישיסטישן ציל. מיר נוצן ייִדיש נישט נאָר צו רעדן װעגן ייִדיש אַלײן, נאָר צו רעדן װעגן אַלץ װאָס איז שײַך צו אונדזערע טאָג־טעגלעכן לעבן, אַרײַנגערעכנט מוזיק, משפּחה, ליבע, קונסט, פֿאָרשונג, אא׳׳װ. מיר פּראָבירן אױך צו מאַכן אונדזער אינהאַלט צוטריטלעך פֿאַר ייִדיש־רעדערס פֿון אַלע מדרגות."[2]

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

הערות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. „ווײַבערטײַטש‟: אַ פֿעמיניסטישער פּאָדקאַסט אויף ייִדיש, טעגליכער פארווערטס, 30סטן סעפטעמבער, 2016
  2. װעגן װײַבערטײַטש