לדלג לתוכן

שפיגל

פֿון װיקיפּעדיע
א בייבי קושט זיין אייגענעם געזיכט אויף א שפיגל

א שפיגל איז אן אביעקט וועלכע וואס שפיגלט אפ ליכט אויף א שטייגער אז מען קען זען אינעם שפיגל א בילד פון דער אריגיענעלער זאך.

שפיגלען ווערן געמאכט מערסטנס פון גלאז באדעקט פון הינטן מיט א דינע שיכט מעטאל - געווענליך זילבער.

שפיגלען ווערן געניצט אין פארשיידענע אפאראטן ווי טעלעסקאפן און קאמערעס.

אן אויטאמאביל דארף האבן שפיגלען צו דערלויבן זיין שאָפֿער צו זען וואס פאסירט הינטער אים.

שפיגלען ווערן אויך געניצט ווי מעבל צו מאכן שיין הייזער און אנדערע געביידעס.

דער שפיגל איז א נאטורליכע געשעעניש און איז נישט אויסגעטראפן געווארן דורך מענטשן. זינט די וועלט שטייט האבן זיך פרויען באנוצט מיט שפיגלען. אין יעדן שטיק אייזן קען מען זיך אפשפיגלען און אויך אין יעדן טונקלן גלאז. אויב איר נעמט אליין א גלאז און לייגט אונטער א שווארצע סחורה וועט איר האבן א פארטיגן שפיגל.

לויט ווי מען ווייסט האט מען אמאליגע צייטן גענוצט מעש פאר א שפיגל. אין די יארן פון 1300 האט מען אנגעהויבן צו מאכן פראפעסיאנאלע שפיגלן פונקט אזוי ווי היינט.

די וועג וויאזוי מען מאכט א שפיגל איז דורך נוצן קוועקזילבער און צין (צוויי עלעמענטן) מיט א שטיקל גלאז. די צוויי עלעמענטן ווערן ארויפגעגאסן אויפן גלאז און דאן לאזט מען זיי ווארימען ביז עס טרוקנט זיך אויס. איינע פון די צוויי עלעמענטן איז א זילבערנע קאליר וואס מאכט דעם שפיגל זילבער.

דער פראצעדור פון מאכן א שפיגל מוז זיין זייער פונקטליך. אויב די גלאז איז נישט הונדערט פראצענט גלייך אדער אויב די עלעמענטן ווערן נישט געגאסן אייניק וועט דער שפיגל ווייזן קרום. מען קען טאקע אסאך מאל זען ביליגע שפיגלעך וואס ווייזן אלעס אביסל שיעף.