קלאד מאנע
געבורט |
14 נאוועמבער 1840 פאריז, פראנקרייך |
---|---|
טויט |
5 דעצעמבער 1926 (אלט 86) פראנקרייך |
מדינה | פראנקרייך |
אונטערשריפט | |
קלאָד מאָנע (פֿראַנצױזיש: Claude Monet; דעם 14טן נאוועמבער 1840 - 5טן דעצעמבער 1926) איז געװען אַ פּראָמינענטער פֿראַנצױזישער קינסטלער, אײנער פֿון די גרינדערס פֿונעם אימפּרעסיאָניסטישן נוסח אין מאָלערײַ.
ער איז געבױרן געװאָרן דעם 14טן נאָװעמבער 1840 אין פּאַריז (פֿראַנקרײַך) אין דער משפּחה פֿון אַ שפּײַזקרעמער. זײַן מוטער איז געװען אַ זינגערין.
אין זײַנע בילדער האָט קלאָד מאָנע געשילדערט פֿאַרבנרײַכע אימאַזשן פֿון דער נאַטור, דאָרפֿישע און שטאָטישע לאַנדשאַפֿטן. אין 1872 האָט ער געשאַפֿן זײַן באַרימטן לאַנדשאַפֿט-בילד "אײַנדרוק: זון-אױפֿגאַנג" (Impression: soleil levant). אױפֿן סמך פֿון אָט דעם טיטל, עס האָט זיך שפּעטער באַװיזן דער נאָמען פֿון דער גאַנצער אימפּרעסיאָניסטישער קונסט-באַװעגונג.
צווישן 1883 און 1908 איז מאנע געפארן צום מיטלענדישן ים, וואו ער האט געמאלט אנדענקפונקטן, לאנדשאפטן און ים־שאפטן. ער האט געמאלט וויכטיקע סעריעס פון געמעלן אין ווענעציע און אין לאנדאן. זיין צווייטע ווייב, אליס, איז געשטארבן אין 1911, און זיין עלצטער זון, זשאן, איז געשטארבן אין 1914. זיין שנור בלאנש, וואס איז געווען אליסנס טאכטער, האט אכט געגעבן אויף מאנע נאך אליסנס טויט. אין די יארן האט מאנע אנגעהויבן ליידן פון קאטאראקטן אין די אויגן. די געמעלן וואס ער האט דעמאלסט געמאלן זענען א ביסל רויטלעך, וואס איז נארמאל פאר די וואס ליידן פון קאטאראקטן, ווייל זיי זען נישט גוט בלויע קאלירן. אין 1923 האט מען אפערירט אויף אים אוועקנעמען די קאטאראקטן.
קלאָד מאָנע איז געשטאָרבן דעם 5טן דעצעמבער 1926 אינעם שטעטל זשיװערני (Giverny), אין נאָרמאַנדיע. זײַן קבר געפֿינט זיך דאָרטן אױפֿן קלױסטער-צווינטער.