לדלג לתוכן

פאנאמא קאנאל

פֿון װיקיפּעדיע

קאארדינאטן: 9°04′48″N 79°40′48″W / 9.08000°N 79.68000°W / 9.08000; -79.68000 דער פאנאמא קאנאל (שפּאַניש: Canal de Panamá, ענגליש: Panama Canal) איז א חשובער נאוויגאציע קאנאל וואס גייט אריבער דעם איסטאמס אין פאנאמא, צענטראלע אמעריקע, און פארבינדט דעם אטלאנטישן אקעאן מיטן פאציפישן אקעאן. דער קאנאל איז לאנג 77 ק"מ. בויען דעם קאנאל איז געווען איינע פון די גרעסטע און שווערסטע ארויסרופן פון אינזשעניריע. א דאנק דעם קאנאל קענען שיפן פארן גלייך צווישן די צוויי אקעאנען אן צו דארפן ארומפארן דרום אמעריקע און דעם מאגעלאן דורכגאס, וואס פארקירצט די נסיעה מיט 13,000 קילאמעטער.

אדורכפארן די לענג פונעם קאנאל דויערט 8 ביז 10 שעה.

דער אריגינעלער געדאנק פון א קאנאל אין פאנאמא האט מען געקלערט שוין דעם 16טן יארהונדערט. אין 1880 האבן די פראנצויזן פרובירט אנהייבן גראבן א קאנאל, אנגעפירט דורך פערדינאנד דע לעסעפס, אבער אסאך מענטשן זענען געשטארבן ביי דער ארבעט, און זיי האבן אויפגעהערט אין 1889. די ארבעט האט אנגעהויבן נאכאמאל ווען פאנאמא איז געווארן זעלבשטענדיק, און צווישן 1904 און 1914 האבן די אמעריקאנער ארמיי אינזשענירן געבויט דעם פאנאמא קאנאל.

דער קאנאל איז אינגיכן געווארן א הויפט אינטערנאציאנאלע נאוויגאציע רוטע, וואס מער ווי 14,000 שיפן פארן אדורך יעדע יאר, טראגנדיק מער ווי צויי הונדערט מיליאן טאן סחורה.

דער קאנאל שאפט 80% פון פאנאמא'ס הכנסות.


אין 1977 האט מען אונטערגעשריבן אן אפמאך צווישן פאנאמא און די פאראייניגטע שטאטן אריבגערצוגעבן דעם קאנאל צו פאנאמא ביזן סוף פונעם יארהונדערט.[1]

  1. CIA – The World Factbook. Cia.gov. דערגרייכט דעם 2010-12-23.