פּאַנטעאיזם
פּאַנטהעיסם איז די גלויבונג אַז גאָט און די יוניווערס זענען איינס אין די זעלבע. א פּאַנטעאיסט גלייבט אַז אַלעס וואָס עקזיסטירט איז אַ טייל פון גאָט אָדער אַז גאָט איז אַ טייל פון אַלעס וואָס עקזיסטירט. די נאָמען פּאַנטעאיזם קומט פון די גריכישע ווערטער טעאיזם (גלויבונג אין גאָט) און פּאַן (אַלע).
יעדער דאָקטרין אָדער פילאָזאָפיע וואָס גלייבט אַז די יוניווערס און אַלעס דערין איז גאָט הייסט פּאַנעטעאיסטיש. מייסטנס פּאַנטעאיסטן גלייבן אז די יוניווערס איז הייליג און די ערד און נאַטור זענען געטליך. רובֿ פריע גריכישע פילאָזאפן פון די טהאַלעס ביז צו די סטאָיקער האבן געגלייבט אין א געוויסע סאָרט פון פּאַנטעאיזם.
פּאַנטעאיזם איז אַ וויכטיגע טייל פון פילע מזרח רעליגיעס א שטייגער ווי הינדואיזם, בודדהיזם און טאַאָיזם, און מאָדערנע רעליגיעס ווי דרואידיזם .
א צאל מערב פילאָזאפן אַ שטייגער ווי ברוך שפּינאָזאַ און א צאל וויסנשאפטלער זענען פּאַנטעאיסטן.
א צאל קריסטן, אידן און סופיס זענען פּאַנטעאיסטן, אָבער דאס מערהייט פון זיי גלייבן אַז כאָטש וואס גאָט איז אין אַלעם איז אבער גאט גרעסער ווי די יוניווערס.
עס זענען פארהארן עטליכע פאַרשידענע סארטן פון פּאַנטעאיזמס, אַרייַנגערעכנט פּאַנפּסיסיסם (דער גלויבן אז די יוניווערס באזיצט שכל), נאַטוראַליסטישע פּאַנטעאיזם (דער גלויבן אז די יוניווערס קען באטיטלט ווערן אלס א "גאָט", ווייל ס'איז העכער פון די מענטשליכע השגה), אָדער די פארעהרונג פון נאַטור ווי אַ לעבנס קראַפט.