עוויאן קאנפערענץ
עוויאן קאנפערענץ איז די אונטערהאנדלונג וואס איז פארגעקומען ז' תמוז ה'תרצ"ח (יולי 1938) אין עוויאן, פראנקרייך, וואס האט באהאנדלט דער שרעקליכער צושטאנד פון די יידן אין דייטשלאנד נאך וואס די נאציס זיינען ארויף וועלטיקן ביי די דייטשישע רעגירונג און האבן געפייניקט די יידן מיט שווערע גזירות, ווי צ.ב.ש. די נירנבערג געזעצן ארויסגאנג און נאך. ביי די קאנפערענץ האבן זיך צונויפגעקומען פיהרערס פון 32 לענדער. דער פערדערער פון די קאנפארענץ איז געווען דער USA פרעזידענט, פרענקלין דעלאנאו רוזעוועלט.
אלע פערטרעטער האבן פעסטגעשטעלט אז מען דארף אויסלייזן די יידן פון די נאציסטישע אקטן קעגן די יידן, אבער א יעדער פון זיי האט מסביר געווען פארוואס זאל מען נישט עמיגרירן יידן צו זיין לאנד. ווי צ.ב.ש. די בריטן האבן געטענעט אז ביי זייער לאנד איז צו היינג צו אויפנעמען יידן. די עסטרייכער האבן געטענעט אז ביי זיי אין לאנד איז דאן נאך נישט געווען אנטיסעמיטיזם און זיי פארדאכטן אז א יידישע עמיגראציע קען אנטפלעקן נייע אנטיסעמיטיזם. צום ענדע איז באשטימט געווארן צו באוויליקן נאר געציילטע וויזעס פאר קינדער.
דער נישט וויסן מאכן פון די פעלקער געגן היטלערס אקטן האט פארשטערקערט היטלערס אקטן, און עטלעכע מאנאטן נאך די קאנפערענץ האט טאקע פאסירט די שרעקלעכע קריסטאל נאכט.