עגלה ערופה
עגלה ערופה איז א מצוה וואס מ'דארף ברענגען אין פאל ווען מ'טרעפט ח"ו אין ארץ ישראל א גע'הרג'עטן מענטש ליגן אויף דער ערד אינדרויסן פון שטאט, און מ'ווייסט נישט ווער ס'האט אים גע'הרג'עט. איז די מצוה, אז מ'דארף לאזן דער טויטער מענטש ליגן אויפן פלאץ וואו מ'האט אים געפונען, און דערנאך קומען צו גיין פינף דיינים פון די סנהדרין, דער בית דין הגדול שבירושלים [אין די משנה (סוטה) איז פארהאן א מחלוקת וויפיהל דיינים דארפן קומען, אבער להלכה איז פינף], און זיי מעסטן אפ וועלכע שטאט איז די נענטסטע צום טויטן קערפער. און דאס עצם אּפמעסטן זעלבסט איז א מצוה, און אפילו ס'איז קלאהר און דייטליך נעבן וועלכע שטאט דער טויטער געפונט זיך, און יעדער קען דאס אליין זעהן און פארשטיין, דאך איז א גזירת הכתוב אז קודם דארף מען 'מעסטן'. [די ראשונים ברענגן א דיעה פון א ברייתא ווי ס'שטייט אז מ'האט נישט געדארפט לאזן ליגן דער נפטר ביז ס'זענען געקומען די דיינים פון ירושלים, נאר די דארטיגע שלוחי בית דין האבן אנגעצייכנט סימנים אויף דער ערד פונקטליך ווי מ'האט אים געטראפן, און דערנאך קען מען אים תיכף באערדיגן]
און שפעטער ווען מ'האט שוין געוואוסט וועלכע איז די נענטסטע שטאט, האט דער בית דין פון יענער שטאט געדארפט ברענגן א קעלבל, און מ'טראגט דאס צו א פלאץ וואס האט הארטע ערד ווי מ'האט נאך קיינמאהל נישט געארבעט דארט, און פון יעצט און ווייטער טאהר מען שוין קיינמאהל נישט ארבעטן דארט און אנזייען וכדומה. [לויטן רמב"ם האט מען דאס געטוען ביי א טייך פון וואסער א נחל איתן, וואס רינט מיט א שטארקע שטראם]. דארט האט מען אפגעהאקט דעם קאפ פונעם קעלבל, און דאס בית דין מיט די זקנים האבן זיך דארט אפגעוואשן זייערע הענט און געזאגט: "ידינו לא שפכו את הדם הזה"...זיי ווייסן נישט ווער דער רוצח איז, און ווי רש"י ברענגט פון חז"ל מיר זענען דאך אודאי נישט חושד אז די דיינים זענען רוצחים ח"ו און אז זיי האבן פארגאסן אידיש בלוט, נאר די כוונה מיט די ווערטער "ידינו לא שפכו את הדם הזה", מיינט צו זאגן אז זיי האבן נישט באמערקט ווי דער איד גייט ארויס אליין פון די שטאט און זיי האבן אים געלאזט גיין אן קיין עסן און קיין באגלייטונג. ד.מ. אויב זיי וואלטן אים באמערקט גיין, וואלטן זיי אים צוגעשטעלט אלעס וואס ער דארף און ס'וואלט נישט צוגעקומען צו דעם רח"ל. און די כהנים האבן געזאגט "כפר לעמך ישראל אשר פדית ה'", וגו' ווי ס'שטייט ווייטער אין פסוק.
פארוואס האקט מען אפ דעם קאפ
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]עס ווערט געברענגט פארשידענע טעמים פאר דער מצוה פון עגלה ערופה.
• מדרש הנעלם: ווייל דער טויטער איז גע'הרג'עט געווארן דורך אן אנדערן און נישט דורכ'ן מלאך המוות, האקט מען אפ דעם קאפ פונעם קעלבל, ס'זאל זיין זה תחת זה, און דער מלאך המוות וועט מער נישט מקטרג זיין.
• אבן עזרא: די נאענסטע בני העיר זענען באפוילן געווארן אפצוהאקן דעם קאפ, ווייל געוויס האבן זיי געטוען אן עהנליכע זינד, האט דעריבער דער באשעפער געמאכט אז ס'זאל געהרג'עט ווערן איינער וואס איז נאענט צו זיי.
• רמב"ם: כדי דאס מפרסם צו זיין, און אזוי וועט מען פארשן די זאך און טרעפן דעם רוצח. דאס איז אויך די סיבה פארוואס מ'טאהר קיינמאהל נישט באארבעטן דאס פעלד וואו מ'האט געפונען דעם טויט'ן, כדי דער אייגענטומער פונעם פעלד זאל זיך אנשטרענגען צו וועלן געפונען דעם רוצח, און דאס פעלד זאל נישט זיין אסור אויף אייביג
• רבי יוסף אבן־כספי: [1], כדי צו מעורר זיין דאס פאלק צו היטן אויף די וועגן ס'זאלן נישט זיין קיין רוצחים.
• רבי יוסף בכור שור: כדי ס'זאל ארויסגיין א קול אויפ'ן גע'הרג'עטן און אזוי וועלן אפיהר קומען עדות, וואס וועלן עדות זאגן אז ער איז געשטארבן, און זיין פרוי וועט נישט בלייבן אן עגונה.
• רמב"ן: 'עגלה ערופה' איז עהנליך צום שעיר המשתלח און פרה אדומה וואס מ'טוהט אינדרויסן.
• מסכת סוטה: "פון ווען ס'האבן זיך פארמערט די רוצחים איז דער 'עגלה ערופה' בטל געווארן, ווייל מ'האט שוין געוואוסט ווער ס'זענען די וואס זענען געוואוינט צו הרג'ענען.
דער טעם פון דער מצוה און דער נס
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]• רש"י בשם חז"ל: פארוואס האט מען טאקע געדארפט ברענגן א עגלה ערופה און דוקא ביי א 'נחל איתן' א טָ אל וואס מ'האט נישט געארבעט און מ'טאהר מער נישט ארבעטן דארט, וויבאלד א קעלבל איז א יונגע בהמה וואס האט נאכנישט געהאט קיין קינדער און געלאזט קיין פירות, אויך די הארטע ערד האט קיינמאהל נישט ארויסגעגעבן קיין פירות, דאס זאל זיין א כפרה אויף די רציחה וואס מ'האט גע'הרג'עט א איד און אים נישט געלאזט מאכן מער קיין פירות און מצוות אויף דער וועלט.
• רב סעדיה גאון: מ'האט באשטראפט די בני העיר, נישט צו קענען איינזייען א טייל פון זייער ערד, כדי זיי מזרז צו זיין צו היטן ס'זאלן נישט זיין רוצחים.ספר "עיר מקלט" (על תרי"ג מצוות): דער ענין פון אפהאקן דעם קאפ פונעם קעלבל איז זייער טיעף, און ווער קען דאס פארשטיין. און ווער ס'וויל מער וויסן זאל מעיין זיין וואס דער רמב"ן שרייבט.
ספר "מאירת עינים" (א תלמיד פונעם רמב"ן): "איך האב געהערט פון א איש נאמן ומקובל, אז א גרויסער נס האט פאסיהרט מיט'ן עגלה הערופה, אז נאך עטליכע טעג נאכדעם וואס מ'האט אראפ געהאקט דעם קאפ פונעם קעלבל איז ארויסגעקומען דערפון א גרויסער ווארעם, און דער ווארעם איז נאכגעגאנגען דעם רוצח, און האט זיך אנגעקלעפט אין זיינע קליידער, און קיינער קען נישט דעם ווארעם אראפ נעמען פון זיינע קליידער, ביז ווען מענטשן באמערקן דאס און עס ווערט אויפפאלענד, ביז ווען די חכמים וואס ווייסן דעם סוד ווערן געוואויר דערפון, און זיי כאפן אים און ברענגען אים צום בי"ד אז מ'זאל אים דן זיין.
• רבנו בחיי - ש"ך עה"ת: "אינעם קערפער פון די נבלה פונעם קעלבל, איז נאטורליך באשאפן געווארן א ווארעם, וואס גייט נאך דעם רוצח און הרג'עט אים, און דאס איז פונעם אצילות פונעם שר הנחל, און פון די וואונדער מסתרי הטבע".
א רמז דערצו שטייט אין "תרגום יונתן בן עוזיאל", די סופו תיבות פון "ואתה תבער הדם הנקי",—וואס איז רימ"ה,—מרמז צו זיין אויפ'ן ווארעם הנ"ל, וואס גייט ארויס פונעם קעלבל, און הרג'ט דעם רוצח.
• תרגום יונתן: א גרויסער נס איז געשעהן אז א מחנה פון מאראשקעס קריכן ארויס פונעם קערפער פון דער עגלה הערופה, און גייען צום פלאץ וואו דער רוצח געפונט זיך און קלעבן זיך אהן אין אים, ביז דער רוצח איז אליין געקומען צום בית דין, ווי מ'האט אים דן געווען.
• ספר "נחל קדומים": דער תולעת איז געגאנגען ביז'ן שטוב פון רוצח און געבליבן דארט שטיין, ביז מ'האט אים געברענגט צום בית דין.
הערות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ בפירושו "משנה כסף"