משה יודא דייטש
ר' משה יודא דייטש איז געווען דער רעגלמעסיקער עדיטאריעל שרייבער פון דער סאטמאר זאליס צייטונג, דער איד. ער וואוינט אין קרית יואל און קערט זיך אן צו די זאליס.
זיין פאפולערקייט שטאמט נאך פון זיין אמאליקער וועכנטלעכער קאַלום אין דער איד אויף א מאדערן לשון הקודש, אונטערן קעפל משמעות המאורעות קעגן די אגודה קרייזן און בעלזא, וואס איז געווען זייער פאפולער און איז געווארן געלייענט ביי אלע קרייזן אלס אינטערסאנטקייט און טאן געבעריי פארן סאטמאר רבין'ס קנאות.
בעלזא און זייער צייטונג המחנה החדרי האבן אים נישט אפגעשוינט און צוריק געענטפערט אויף זיין שטייגער, אפילו פערזענלעכע געשעפטן מיט פאמיליע פראבלעמען וואס האט געוויזן אז ער איז גאר נישט אזוי ערליך.
ער איז געווען א געשליפענער שרייבער מיט היסטארישע ידע אין כללים פון דיאלעקט אין יידיש און נאך מער אין לשון קודש, קומענדיק פון ארץ ישראל.
אויך פלעגט ער יארן רעדאגירן די אנגלא-אידישע סעקולערע צייטונג, דער פארווערטס.
זייט דעם סאטמארער מחלוקת, ה'תש"ס, איז דער איד געווארן א פארטייאישע זאלונישע צייטונג, און די אהרונים האבן זיך געעפענט אן אייגענע פארטייאישע צייטונג, דער בלאט, זייט דעמאלטס איז משה יודא דייטש געווען באקאנט אלס דער עדיטאריעל שרייבער ווי ער רייסט אראפ און שפאסט רעגלמעסיק פון די סאטמאר רבי, ר' אהרן טייטלבוים שליט"א און זיינע חסידים. דעריבער איז ער געווארן א פיגור אין דער מחלוקה, און ער איז דער ציל ברעט פון די ארונים און אויך אז ווי קען א איד וואס האט געארבעט ביי א פרייער צייטונג קומען און פארקויפן קנאות, אבער ער ענטפערט אז ער האט נישט געשריבן אדער געלייענט נאר פשוט געטאן קאמפיוטער ארבעט פאר פרנסה.
ער איז טאקע נישט דער רעדאקטאר נאר ר' אהרן פרידמאן איז דער אפיציעלער רעדאקטאר וואס קוקט דורך אלע עדס און ארטיקלען, אבער ר' משה יודאס שרייבן איז דער טאן-געבער פון דער צייטונג צוליב איר חשיבות אין עדיטאריעל קאלום יעדע וואך.
היינט צו טאג האט ער זיך פענסיאנירט, ער איז א פריוואטער מאן און שרייבט שוין נישט אין דער איד.