משה גרין
רבי משה גרין (תרצ"ד - י״ב ניסן תש״ף) איז געווען ראש ישיבה פון דער ישיבה דמאנסי אין ניו יארק.
מתחילה איז ער געווען דער ראש ישיבה אינעם סקווערער שטעטל, מיט אפאר צענדליג יאר צוריק, און שפעטער האט ער אויפגעשטעלט די באוואוסטע ישיבה דמאנסי, וואס האט גע'שמ'ט אלץ גאר ספעציעלע ישיבה, און אסאך האבן זיך אהינגעקליבן צו לערנען אלץ דאס בעסטע מקום תורה.
וויבאלד דער ראש ישיבה איז אלט און קראנק געווארן פלוצלינג, האט זיין ישיבה פארלוירן איר געוויכט, און האט זיך געגקליבן ליבערשט א ישיבה קטנה, וואס דער ראש ישיבה קען פירן אפילו אין זיין יעצטיגן שווערן געזונט צושטאנד.
אבער היינט איז דא צוויי ישיבות. א ישיבה גדולה און א ישיבה קטנה, וואס ביידע הייסן פון די גוטע ישיבות אין מאנסי.
טראץ זיין פיזישער שווערע צושטאנד, האט ער פארמאגט א גייסטיגע גבורה עצומה, וואס האט עהם געשטופט נישט אויפצוגעבן לימוד התורה און מעמיד זיין תלמידים לדורות, און פון זיינע אומצאליגע תלמידים, זענען היינט פראמינענטע רבנים אין דער חרדישער וועלט, און זיין פארצווייגטע משפחה פון צענדליגע קינדער און אייניקלעך, זענען געווארן א אימפעריע פון תורה ויראת שמים למופת, פונקט ווי ער.
ר' משה איז פאר'רופן געווען אלץ דער סקווערער רב אין סקווערער שטיבל אויף ראמאן סטריט אין מאנסי, און פלעגט דינען עטליכע יאר, אלץ הויפט בעל תפילה אין די ימי הרחמים והרצון אינעם סקווערער שטעטל.
הגאון ר' משה איז נפטר געווארן, אום י"ב ניסן יאר תש"פ, אינעם סאמע קאראנאווירוס מגיפה אויסברויך, און איז אין פאקט געווען א קרבן דערפון.[1]
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ אבל בעולם התורה, אויף JDN וועבזייטל (אויף העברעיש)