מעקסיקע שטאט
|
מעקסיקע שטאָט (שפּאַניש: Ciudad de México) איז די הויפטשטאט און די גרעסטע שטאט אין מעקסיקע. זי איז אויך די גרעסטע שטאט אין די אמעריקעס לויט באפעלקערונג, נאך סעאל און טאקיא. זי געפינט זיך אין דעם טאל פון מעקסיקע, א גרויסער טאל אין די הויכע פלאטאען פון מעקסיקע, מיט א הייך פון 2240 מעטער. מעקסיקע שטאט איז איך דער פעדעראלער דיסטריקט (Distrito Federal), דער זיצפלאץ פון דער פעדעראלער רעגירונג פון מעקסיקע.[1] מעקסיקע שטאט איז דער וויכטיגסטער פאליטישער, קולטורעלער און פינאנציעלער צענטער אין לאנד.
מעקסיקע שטאט איז איינער פון די וויכטיגסטע פינאנציעלע צענטערן אין צפון אמעריקע.[2]
קולטור
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין דער שטאט געפינען זיך מער ווי 160 מוזייען, 100 קונסט גאלעריעס און 30 קאנצערט זאלן. מעקסיקע שטאט געפינט זיך אין פערטן פלאץ אין דער וועלט, נאך ניו יארק, לאנדאן און טאראנטא, אין דער צאל פון טעאטערס אין דער שטאט. אסאך בילדער פונעם נאציאנאלן מעקסיקאנער מאלער דיעגא ריווערא זענען פארשפרייט אין נאציאנאלע אנשטאלטן (כולל דעם נאציאנאלן פאלאץ) און אין א צאל גאלעריעס ארום דער שטאט. ער מיט זיין ווייב פרידא קאהלא, וואס זי אויך איז געווען א באוואוסטע מאלערין, האבן געוואוינט אינעם קאיאקאן געגנט אין דרום טייל פון דער שטאט. זייער הויז, און א טייל פון די קונסט גאלעריעס און זאלן וואו די צוויי האבן געמאלט זענען אפן צום ברייטערן ציבור. נישט ווייט פון דארט איז דאס הויז פון לייב טראצקי, וואס איז דערמארדעט געווארן אין 1940 דורך די לאנגע ארעמען פון דער קאמוניסטישער רעגירונג אינעם סאוועטן פארבאנד, בהוראת סטאלין.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ ארטיקל 44 פון דער קאנצטיטוציע פון מעקסיקע
- ↑ WFE - Member Exchanges. World-exchanges.org (2003-04-01). דערגרייכט דעם 2010-03-25.
הויפטשטעט פון לענדער אין צפון אמעריקע | ||
---|---|---|
לענדער |
בעליז: בעלמאפאן • גוואטעמאלע: גוואטעמאלע שטאט • האנדוראס: טעגוסיגאלפע • מעקסיקע: מעקסיקע שטאט • ניקאראגוא: מאנאגוע • על סאלוואדאר: סאן סאלוואדאר • פאנאמא: פאנאמא-שטאט • פאראייניגטע שטאטן: וואשינגטאן די סי • קאנאדע: אטאווא • קאסטא ריקא: סאן חאזע • קובא: האוואנע |
אכמעדאבאד • באגאטא • באגדאד • באנגאלאר • באנגקאק • בייזשינג • גוואנגזשו • דאנגואן • דאקא • דזשאקארטא • דעלהי • הא טשי מין שטאט • האנג קאנג • האנוי • היידעראבאד • וואוהאן • טאקיא • טיאנדזשין • טעהראן • טשעניי • יאנגאן • לאגאס • לאהאר • לאנדאן • לואנדע • לימא • מאסקווע • מומביי • מעקסיקע שטאט • ניו יארק סיטי • סאא פאולא • סאנטיאגא • סטאמבול • סינגאפור • סעאל • פאשאן • פייזאלאבאד • פעטערבורג • קאראטשי • קיירא • קינשאזע • ריא דע זשאנערא • ריאד • שאנטו • שאנכיי • שענזשען |