פרידא קאהלא
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
פֿרידאַ קאִהלא דע ריוועראַ (שפּאַניש: Frida Kahlo de Rivera; 6טן יולי, 1907 – 13טן יולי, 1954; געבוירן מאַגדאַלענאַ קאַרמען פֿרידאַ קאִהלא אי קאַלדעראן)[1] איז געווען א מעקסיקאנער מאלערין, מערסט באוואוסט פאר אירע אייגן־פארטרעטן.[2]
וויכטיק אין איר קונסט זענען מעקסיקאנער קולטור און אמערינדישע קולטור.
לעבנסגעשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
קאהלא איז געבוירן געווארן אינעם "בלויען הויז" אין קאיאאקאן, מעקסיקא. ביי די זעקס יאר האט זי געליטן פון פאליא. זי האט שטודירט מעדיצין מיט דער ציל צו ווערן א דאקטער. ביי די אכצן יאר איז זי שטארק פארוואונדעט געווארן אין א פארקער אקצידענט. נאך דעם האט זי אנגעהויבן מאלן.
זי האט געהייראט דעם מאלער דיעגא ריווערא.
זי איז געווען א קאמוניסט.
רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
- ↑ Herrera, Hayden (1983). A Biography of Frida Kahlo. New York: HarperCollins. ISBN 978-0-06-008589-6.
- ↑ Frida Kahlo by Adam G. Klein