לדלג לתוכן

מדרש תהלים

פֿון װיקיפּעדיע

מדרש תהלים איז א מדרש אויף תהלים, עס הייסט ארגינעל מדרש שוחר טוב ווייל עס הייבט זיך אן מיטן פסוק "שוחר טוב יבקש רצון", אבער אסאך רופן עס מדרש תהלים.

דער מדרש ווערט שוין דערמאנט אין ירושלמי, אלס 'מדרש תהלים' און דורך די גאונים אלס 'מדרש ּתִלִים' - א פארקירצערונג פון 'תהלים'. עס געפינט דערין גאר אינטרעסאנטע מעשיות, אסאך וואס מען טרעפט אין ערגעץ נישט נאר דארט. א באקאנטער מדרש וואס דארט איז דער מקור איז דאס וואס שטייט אין מזמור אתם אמרתם לעבד נמכר יוסף חייכם אתה תאמרו בכל שנה עבדים היינו לפרעה במצרים. דער פשט איז אז גלות מצרים איז געווען פאר א עונש צוליב מכירת יוסף.

עס האט עטליכע פירושים ווי פון ר' יצחק בן ר' שמשון הכהן א איידעם פונעם מהר"ל מפראג. פון ר' אהרן משה מפאדעווע גערופען הרא"ם (אגב: אין זיין הקדמה איז ער מפקפק אז דער ערשטער פירוש פון ר' יצחק ב"ר שמעון איז נישט פונעם איידעם פון מהר"ל). חידושי הרמ"ג, און אויך א פירוש פון ר' חיים פלאג'י.

שלמה באבער האט עס אויך געדרוקט מיט פארשידענע נוסחאות פון כתב יד. און ער האט דערויף א גרויסע מבוא מיט יעדער ווער עס ברענגט דער מדרש.


אין יאהר ה'תשס"ט האט עס איבערגדרוקט דער מכון המדרש המבואר מיט א הערליכען אויסטשעל און גוטע הערות ווי זייער סדר מיט אלע סארט מדרשים.