מאשין
מראה
א מאַשין איז א זאך וואס מענטשן האבן פאבריצירט צו טון א געוויסע ארבעט, אדער צו מאכן גרינגער פאר מענטשן, אדער אזא ארבעט וואס א מענטש קען אליין נישט מאכן. עס זענען פאראן מאשינען וואס האבן אסאך באוועגלעכע טיילן, ווי למשל א ראווער און א זייגער. אנדערע מאשינען האבן נישט קיין באוועגלעכע טיילן, ווי למשל א קאמפיוטער און א טעלעפאן.
ס'זענען פאראן זעקס מאשינען וואס מען ניצט שוין פון אוראלטע צייטן.
א מאשין ניצט אויס די געזעצן פון פיזיק (למשל, פון מעכאניק, טערמאדינאמיק אדער עלעקטראמאגנעטיזם) אויספירן ארבעט וואס פאדערט א סך קראפט במשך א לענגערע צייט. אזוי א קראן קען הייבן שווערע לאסטן וואס אפילו הונדערט מענטשן וואלטן נישט געקענט אליין.
די פשוטע מאשינען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די פאלגנדע זעקס מאשינען ווערן גערופן די "פשוטע מאשינען":
- דער קלין
- דער משופעדיקער פלאך
- דער שרויף
- דער הייבער
- דער בלאק
- דער ראד און אַקס
עלעקטרישע מאשינען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- היים געצייג
- פארוויילונג עלעקטראניק
- ביורא געצייג
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו:
מאשין