לדלג לתוכן

לעאנהארד אוילער

פֿון װיקיפּעדיע
לעאנהארד אוילער
Leonhard Euler
געבורט 15 אפריל 1707
באזעל, Q660776, אלטע שווייצער קאנפעדעראציע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 18 סעפטעמבער 1783 (אלט 76)
פעטערבורג, רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
לערנארט אוניווערסיטעט פון באזעל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
דאקטאראט-מענטאר יאהאן בערנולי רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פרעמיעס און פארערונג
  • קאלעגע פון דער אמעריקאנישער אקאדעמיע פון קונסטן און וויסנשאפטן
  • קאלעגע פון דער קעניגלעכער געזעלשאפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
זיווג סאלאמעא אביגיל אוילער, קאטארינא אוילער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

לעאנהאַרד אוילער (דײַטש: Leonhard Euler‏ ;15טן אפריל 170718טן סעפטעמבער 1783) איז געווען א שווייצער מאטעמאטיקער און פיזיקער. ער האט אנטפלעקט וויכטיגע רעזולטאטן אין פארשידענע פעלדער, פון קאלקולוס צו גראפן טעאריע. ער האט איינגעפירט א סאך פון דער מאדערנע טערמינאלאגיע און נאטאציע וואס מאטעמאטיקער ניצן היינט, איבערהויפט פאר מאטעמאטישן אנאליז, למשל דעם באגריף פון א פונקציע.[1] ער איז אויך בארימט פאר זיין ארבעט אין מעכאניק, פליסיקייט דינאמיק, אפטיק, און אסטראנאמיע.

אוילער איז געווארן פראפעסאר פון פיזיק אין דעם פעטערבורגער אוניווערסיטעט אין 1731. צוויי יאר שפעטער ווען דניאל בערנולי האט אומגעקערט קיין באזעל, האט אוילער איבערגענומען זיין אמט ווי הויפט פונעם דעפארטמענט פון מאטעמאטיק.

אוילער האט אנגעהויבן זיך אינטרעסירן אין נומערן טעאריע דורכן איינפלוס פון זיין חבר, כריסטיאן גאלדבאך. א חשובער טייל פון אוילערס ארבעט איז באזירט אויף דער ארבעט פיער דע פערמא. פון פערמאס צייט ביז אוילער האט קיין מאטעמאטיקער נישט פארשטאנען גוט די אומדערוויזענע השערות פון פערמא. אוילער האט דערוויזן א סך פון די השערות, האט אנטוויקלט זיינע געדאנקען און האט אנטפלעקט מערערע נייע רעזולטאטן און אייגענע השערות.


אוילער האט דעפֿינירט די פאטענץ־פֿונקציע פאר קאמפלעקסע צאל, און האט אנטפלעקט איר פארהעלטענישט מיט די טריגאנאמעטרישע פונקציעס. פאר יעדער רעאלער צאל φ (פארשטאנען ווי ראדיאנען), זאגט די אוילער-פארמל אז די קאמפלעקסע פאטענץ־פונקציע איז גלייך צו

ספעציעל איז מערקבאר דער פאל ווען = π, וואס ווערט גערופן דער אוילער-אידענטיטעט,

דער פיזיקער ריטשארד פיינמאן האט דאס גערופן ״די מערסט מערקבאר פֿארמל פון מאטעמאטיק״, צוליב וואס ער ניצט צוזאמען די באגריפן (יעדן גענוי איין מאל) צוגאב,טאפלען, פאטענץ און גלייכונג און איינמאל באניצן די וויכטיגע קאנסטאנטן 0, 1, e, i און π.

  1. Dunham, William (1999). Euler: The Master of Us All. The Mathematical Association of America, 17.