לדלג לתוכן

יאהאן בערנולי

פֿון װיקיפּעדיע
יאהאַן בערנולי
Johann Bernoulli

געבורט

27סטן יולי 1667
באזעל, שווייץ עריכת הנתון בוויקינתונים

טויט

1טן יאנואר 1748 (אלט 80)
באזעל, שווייץ עריכת הנתון בוויקינתונים

וויסנשאפט־צווייג

מאטעמאטיק

וואוינארט

שווייץ

מקום לימודים

באזעל אוניווערסיטעט עריכת הנתון בוויקינתונים

מנחה לדוקטורט

יאקאב בערנולי עריכת הנתון בוויקינתונים

מוסדות

אוניברסיטת באזעל, אוניברסיטת חרונינגן עריכת הנתון בוויקינתונים

פרסים והנצחה

עמית החברה המלכותית עריכת הנתון בוויקינתונים

הערות

יאהאן בערנולי איז געווען א ברודער פון יאקאב בערנולי און דער פאטער פון דניאל בערנולי און ניקאלאס בערנולי דער צווייטער.

הויפט ביישטייערונגען

געווען פינאנער פון ניצן קאלקולוס ופיתח את סדרת ברנולי. נזקפים לזכותו גם גילויים רבים בניווט.

לעריכה בוויקינתונים שמשמש מקור לחלק מהמידע בתבנית

יאהאַן בערנולי (דייטש: Johann Bernoulli;‏ 27סטן יולי 16671טן יאנואר 1748) איז געווען א שווייצער מאטעמאטיקער, פון דער באקאנטער בערנולי פאמיליע. ער איז באקאנט פאר זיינע ביישטייערונגען צום אינפיניטעזימאלן קאלקולוס.

יאהאן בערנולי איז געווען א ברודער פון יאקאב בערנולי און דער פאטער פון דניאל בערנולי און ניקאלאס בערנולי דער צווייטער. פון דער בערנולי משפחה זענען געקומען אכט מאטעמאטיקער אין דריי דורות. די משפחה האט געשטאמנט פון אנטווערפן אין בעלגיע, אבער די משפחה איז אנטלאפן פון דארטן צוליב די רדיפות דורך די קאטאליקן.

יאהאן איז געבוירן געווארן אין באזעל, דער צענטער זון פון א רייכן סוחר. אין אנהייב האט זיין פאטער געוואלט אז זיין זון זאל ווערן א סוחר ווי ער, אבער יאהאן איז נישט געווען קיין געלונגענער לערן-יינגל. אין יאר 1683 האט מען אריינגענומען בערנולי צו שטודירן מעדיצין אין דעם באזעל אוניווערסיטעט, וואו זיין ברודער, יאקאב בערנולי, וואס איז געווען 12 עלטער פון אים, איז געווען א פראפעסאר. ווען ער איז געווען דארט, האט יאהאן אויך געלערנט אין דער זעלבער צייט די דיפערנציאלן קאלקולוס ביי זיין ברודער. דערנאך האט יאהאן באקומען א שטעלע אין כראנינגען אוניווערסיטעט. אין יאר 1705 איז ער צוריק קיין באזעל נאך זיין ברודער׳ס טויט. 

יאהאן איז געשטארבן אין יאר 1748 אין באזעל. אויף זיין קבר שטייט געשריבן אז ער איז געווען דער "ארכימעד פון זיין דור".