לארא קראפט
געבורט |
14 פעברואר 1968 (אלט 56) ווימבלדאן, פאראייניגטע קעניגרייך |
---|---|
מדינה | פאראייניגטע קעניגרייך |
לאַראַ קראָפֿט (ענגליש: Lara Croft) איז א פיקטיווע כאראקטער און די פּראטאַגאניסטין פון די ווידעא שפיל סעריע "טומב ריידער", און אויך צוויי פילמען באזירט אויף די שפילן.
פיקטיווע ביאגראפיעס
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דריי פארשידענע ביאגראפיעס זענען געשריבן געווארן פאר לאַראַ. די ערשטע ביאגראפיע איז געשריבן געווארן מיטן באפרייונג פונעם ערשטן שפיל (1996), און לויט זי איז לאַראַ געווען 50 יאר אלט אין סעפטעמבער 2018. די צווייטע ביאגראפיע איז געשריבן געווארן צו אַדאַפטירן לאַראַ פאר נייע שפילן אין די סעריע (און דערפאר מאכן זי יינגערער). די דריטע ביאגראפיע איז געשריבן געווארן צו געבן די כאראקטער א נייע זייט און מאכן זי יינגערער פאר נייע שפילן נאך א מאל.
ערשטע ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]לאַראַ קראָפֿט (געבוירן דעם 14טן פעברואר 1968) איז די טאכטער פונעם לארד הענשינגלי קראָפֿט. זי האט דערוואקסן אין א הערלעכער פאלווארק פון איר פאמיליע און האט געלערנט ביי אינסטיטוטן פאר אריסטאקראטן ווי זי. זינט אז זי איז געווען 3 יאר אלט איז זי דערצויגן געווארן דורך א פריוואטע לערערין, און ביים עלטער פון 11 האט זי איבערגעקליבן צו דער מיידלעך שולע ווימבלדאן. ביים עלטער פון 16 האט זי איבערגעקליבן צו "גארדאנסטאַון", וואו זי האט געענדיקט אירע שטודיעס ביים עלטער פון 18. דערנאך האט זי איבערגעקליבן צו א מיטלשול אין דער שווייץ און האט גראדואירט ביים עלטער פון 20.
אין דער שווייץ האט לאַראַ געלערנט זיך סקי, וואס איז געווארן איר מערסט באליבטער ספארט. זי האט אפט פארבראכט אירע וואקאציעס ביי סקי אין די הימאלייע בערג. ביי איין וואקאציע האט דעם עראפלאן אין וואס לאַראַ און אירע פריינט האבן געפלויגן געקראכט אויף א פארשנייטן בארג, און אלע זענען אומגעקומען אחוץ לאַראַ. צוליב די קראך האט לאַראַ פארלארן איר זיכרון, מיט נאר א טייל זכרונות פון אירע איידלע לעבן. די קראך און וואס זי האט געבליבן לעבן האט געטוישן לאַראַ'ס לעבן, און אויך איר וויזיט אין א ווייטער, איינזאמער דאָרף. זי האט באשטימט אז זי האט זיך געמיאוסט מיט אירע לאנגווייליקע איידלע לעבן און איז געווארן א קבר-רויבערין (דערום הייסט די סעריע Tomb Raider).
צווייטע ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]לויט די דאזיקע איז לאַראַ געבוירן געווארן אין די 1970ער.
דריטע ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]לאַראַ קראָפֿט איז געבוירן געווארן דעם 14טן פעברואר 1992 אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך צו דער לארד ריטשארד קראָפֿט און עמיליע קראָפֿט. אירע עלטערן זענען געוויינטלעך נישט געווען מיט איר. נאך איר מוטער'ס טויט איז לאַראַ'ס פֿאָטער געווארן אבסעסיוו מיט לעגענדעס, און נאך זיין טויט איז לאַראַ פאריתומט געווארן. זי האט געבליבן אונטער די באשיצונג פון קאָנראַד ראָט, א פריינד פון איר פֿאָטער וואס האט אדאָפטירט זי. צוליב ראָט'ס ארבעט איז לאַראַ געווען אליין אדורך רוב איר קינדהייט. אלס א יונגפרוי האט זי געלערנט ביים לאנדאנער אוניווערסיטעט קאלעדזש. נאך איר גראדואציע האט זי געבונדן מיט סאַמאַנטע נישימוראַ און געווארן איר בעסטע פריינדין. לאַראַ'ס ערשטע אוואנטורע איז געווען די דערגיי פון די פארלוירענע קעניגרייך פון יאַמאַטיי (ענ').
אין קולטור
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין אפריל 2006 איז לאַראַ קראָפֿט באשטימט געווארן אלס די "מערסט דערקענטע ווידעא שפיל העלדין פון אלע צייטן" אין דאס גינעס וועלט רעקארדן בוך.
אין די ערשטע צוויי פילם אַדאַפטאַציעס איז לאַראַ געשפילט געווען דורך די בארימטע אקטריסע אנדזשעלינא דזשאלי, וואס האט געמאכט די כאראטקער פאפולער אין אנדערע וועגן.