טלית
מראה
א טלית אדער ציצית איז א רעליגיעזער פירקאנטיקטער געוואנט, ווען אין די ווינקלען זיינען אנגעקינפט פעדימער, צו דערמאנען גאט'ס געבאטן, וועלכע ציילן זיך צו 613 (תרי"ג מצוות).
- טלית גדול - א טלית גדול גייט מען יעדן טאג ביים דאווענען שחרית. ביי אסאך אשכנזים גייט מען א טלית גדול נאר נאך דער חתונה, אבער ביי יעקעס, אויבערלענדער און ספרדישע יידן גייט מען מיט אים שוין פון דער בר מצווה.
- טלית קטן - מען פירט זיך צו גיין א טלית קטן א גאנצן טאג ביי טאג, און א סך חסידים גייען אים אויך ביי נאכט אפילו ביים שלאפן.
-
א פרענקשע טלית
-
א טלית
-
א טלית מיט אן עטרה