זשענג הע

פֿון װיקיפּעדיע
דאס איז א כינעזישער נאמען; זשענג איז דער משפחה נאמען.

זשענג הע (כינעזיש: 鄭和‏; 1371–1433), אדער טשענג הא אויך געוואוסט ווי מאַ סאַנבאַא און האַדזשי מאַחמוד שאַמסודין, איז געווען א מוסולמענער כינעזישער מארינער, אויספארשער, דיפלאמאט און פלאט אדמיראל, וואס האט קאמאנדירט רייזעס אינעם אינדישן אקעאן, צו די לענדער פון דרום-מזרח אזיע, דרום אזיע, דעם מיטל מזרח, סאמאליע און דעם סוואהילי בארטן פון 1405 ביז 1433. די רייזעס ווערן גערופן די "נסיעות פון זשענג הע".

זיין פלאט האט געהאט 317 שיפן, מיט 28,000 כינעזישע זעלנער.

זשענג הע איז געבוירן געווארן אין 1371 אינעם ראיאן וואס הייסט היינט יונאן.

אין 1381, ווען ער איז געווען אלט צען יאר, איז זיין פאטער געשטארבן. יענעם יאר האט די מינג דינאסטיע ארויסגעשיקט אן ארמיי קיין יונאן. די ארמיי האט געכאפט אים פאר א קנעכט, און מ'האט אים געמאכט א סריס.

פון 1405 ביז 1433, איז זשענג הע ארויסגעפארן אויף זיבן נסיעות צום אינדישן אקעאן, וואס די כינעזער רופן דעם "מערב אקעאן". ער האט געפירט א גרויסן פלאט פון שיפן און א גרויסע ארמיי.

אין זיינע דריי ערשטע רייזעס האט ער באזוכט די לענדער פון דרום-מזרח אזיע, אינדיע און סרי לאנקא. אין די פערטע ביז די זיבעטע רייזעס איז ער אנגעקומען ווייט צום בארטן פון אפריקע. ער פלעג געבן געשאנקען פון זיידע, פארצעלאן און פולווער. ער האט באקומען א סך אויסטערלישע מתנות, ווי זשיראפן און זעברעס.