דזשאמייקע

פֿון װיקיפּעדיע

דזשאַמייקע (ענגליש: Jamaica) איז אן אינזל לאנד אין די גרויסע אנטילן, 234 ק"מ לאנג און 80 ק"מ ברייט, מיט א שטח פון 10,990 קוואדראט ק"מ. זי איז פלאצירט אינעם קאריביאישן ים, 145 ק"מ דרום פון קובא און 191 ק"מ מערב פון היספאניאלא.

זי איז פריער געווען א שפאנישע קאלאניע מיטן נאמען סאנטיאגא, אבער אין 1655 איז זי געווארן אן ענגלישע (שפעטער, בריטישע) קאלאניע מיטן נאמן דזשאמייקע. אין 1962 איז זי געווארן אינגאנצן זעלבשטענדיק, א קאמאנוועלט מלוכה מיט עליזאבעט די צווייטע איר קעניגין.[1]

דזשאמייקע האט א באפעלקערונג פון 2.8 מיליאן מענטשן. די הויפטשטאט איז קינגסטאן. די אפיציעלע שפראך איז ענגליש.

רעליגיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

64ֵ% פון די איינוואוינער זענען קריסטן. 24,020 זענען ראסטאפארן. היינט וואוינען אין דזשאמייקע 200 יידן. די ערשטע יידן אין דזשאמייקע זענען געווען פליטים פון דער שפאנישער אינקוויזיציע אינעם 15טן יארהונדערט.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. "דזשאמייקע לאנד פראפיל" (May 26, 2010). דערגרייכט דעם 11 October 2010.  (אויף ענגליש)