דאנאטעלא
- דער ארטיקל דיסקוטירט דעם איטאליענישן סקולפטאר. טאמער זוכט איר דעם כאראקטער פון "יונגע מוטאנטישע נינדזשא טשערעפאכעס", זעט דאנאטעלא (נינדזשא טשערעפאכעס).
סקולפטור פון דאנאטעלא אין דער אופיצי גאלעריע | |
געבורט |
בערך 1386 פֿירענצע, פירענצער רעפובליק |
---|---|
טויט |
13 דעצעמבער 1466 פֿירענצע, פירענצער רעפובליק |
מדינה | פירענצער רעפובליק |
פאך | סקולפטאר, מאלער |
דאנאַטא די ניקאלא די בעטא באַרדי, בעסער באקאנט מיט זיין נאמען דאנאַטעלא ( איטאַליעניש : Donatello ; בערך 1386 - 13טן דעצעמבער 1466 ) איז געווען איינער פון די גרעסטע סקולפטאָרן אין דער היסטאריע, און איינער פון די אנגעזעענסטע איטאַליענישע קינסטלער ביים רענעסאַנס. ער ווערט אויך געהאלטן דער פאטער פון מאָדערנעם סקולפּטור.
לעבנסגעשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דאָנאַטעלאָ, אַ פירענצער געבוירענער, איז געווען אַ תלמיד פונעם סקולפּטאָר און גאָלד קינסטלער לארענצא גיבראטי, און האט געלערנט און באשאפן אונטער זיין טרענירונגג אינעם וואַרשטאַט פונעם פירענצער קאַטעדראַל. אין יאר 1408 האט דאָנאַטעלאָ באַקומען זיין ערשטע פאַרבעטונג.
אין די יאָרן 1430 - 1432 איז דאָנאַטעלאָ געווען אין רוים וואו ער האָט ער פאַרטיפֿט זײַן קלאַסישן צוגאַנג און דעם סטיאַטשטאָ סטיל. אין דעם נוסח ער סקולפּטירט אין 1433 אַ סעריע פון פליישיקע און נאַקעטע קינדער-מלאכים צום כאָר באַלקאָן פונעם פֿירענצער קאַטעדראַל, וואס האלטן הענט און טאַנצן.
דאָנאַטעלאָ איז געשטארבן אין יאר 1466 אין עלטער פון 80. ער קיינמאָל נישט געהייראט קיין פרוי און נישט געהאט קיין קינדער. דאָנאַטעלאָ איז געווען געערט און איז געווען אַ ראָלע־מאָדעל פֿאַר מיקעלאַנדזשעלאָ און ראַפאַעל . אָבער דאָנאַטעלאָ איז כּמעט אינגאנצן פארגעסן געווארן מיט די יאָרן, און נאר געווארן דערקענט פֿאַר זיין גרויסקייט און וויכטיקייט בלויז 500 יאָר נאָך זיין געבורט, אין 1886, ווען מ׳האט געהאלטן אַן אויסשטעלונג פון זיינע ווערק אין דער גאַלעריע פון פֿירענצע.
גאַלעריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]-
ירמיהו אינעם דואָמאָ מוזיי
-
חבקוק אינעם דואָמאָ מוזיי
-
דער נביא אָן בערד אין די דואָמאָ מוזיי
-
דער קאָנטעמפּלאַטיווע נביא אין די דואָמאָ מוזיי
-
עקידת יצחק אינעם דואָמאָ מוזיי
-
סאַן מאַרקאָ אין די אָרסנעמיקאַלאַ קלויסטער מוזיי
-
סאַן גיאָרגיאָ אינעם נאַציאַנאַלן מוזיי אין רעדזשיאָ
-
מיריאַם די טאַוער האט די ענטפער אין די דואָמאָ מוזיי
-
יוחנן דער באַפּטיסט אין סיענאער קאַטעדראַל
-
דזשודית און האָלאָפערנס אין סיגנאָריאַ קוואדראט
-
אַטיס אַמאָרינאָ אין די נאַשאַנאַל מוזיי אין ראַגעלאָ
-
די כאָר טעראַסע פונעם קאַטעדראַל אין דואָמאָ מוזיי