גרעגאריאנישער קאלענדאר
מראה
2024 אין פֿארשידענע קאלענדארן | |
גרעגאריאנישער קאלענדאר | 2024 MMXXIV |
יידישער לוח | ה'תשפ"ד - ה'תשפ"ה |
כינעזישער קאלענדאר | 4720 – 4721 癸卯 – 甲辰 4721 איז דאס יאר פֿונעם דראַקאן |
עטיאפישער קאלענדאר | 2016 – 2017 |
פערסישער קאלענדאר | 1402 – 1403 |
איסלאמישער קאלענדאר | 1445 – 1446 |
דער גרעגאריאנישער קאלענדער איז דער לוח וואס איז נוהג אין רוב לענדער פון דער וועלט; ער גייט לויט די גוישע מאנאטן און נישט לויט די יידישע.
ער איז די מערסטע באניצטע לוח סיסטעם היינט צוטאגס אויף דער וועלט.
ער איז א מאדיפאקאציע צום פריערדיגען יוליאנישן קאלענדאר, כדלהלן:
- יעדע יאר וואס איז טיילעוודיק מיט 4 איז אן עיבור יאר, אחוץ יארן וואס זענען טיילעוודיק מיט 100; די יארהונדערטער וואס זענען טיילעוודיק מיט 400 זענען אבער יא עיבור יארן. למשל, דאס יאר 1900 איז נישט קיין עיבור יאר; דאס יאר 2000 איז יא אן עיבור יאר;.
ער הייסט נאכן פויבסט גרעגאריוס דער דרייצענטער, וואס האט באשטימט אז מען זאל דאס נוצן.
די יארן דערין זענען אויסגעשטעלט זייט די געבורט פון יעזוס.
מען האט פארבייט די צייכענונג AD (לאטיין: Anno Domini) מיט CE (ענגליש: Common Era) און BC מיט BCE.
רעליגיעזע יידן אפט רופן עס "מספרם" אדער "מניינם" ("זייער צאל").