ברוך מעזשביזשער
געבורט |
1753 מעזשביזש, אוקראינע |
---|---|
טויט | 1811 (אלט 58 בערך) |
קבורה ארט | מעזשביזש |
רבי ברוך מעזשביזשער זצ"ל (ה'תקי"ג - י"ח כסלו ה'תקע"ב) איז געווען אן אייניקל פונעם בעל שם טוב און דער ערשטער רבי צו פירן א הויף אין מעזשביזש נאכן בעל שם טוב.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי ברוך איז געבוירן אין מעזשביזש אין יאר ה'תקי"ג צו זיין פאטער רבי יחיאל מיכל אשכנזי[1] דער דייטשיל, און צו זיין מוטער מרת אדל די איינציקע טאכטער פון בעש"ט.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי ברוך האט אויפגעוואקסן ביי זיין זיידן דעם בעש"ט. ער האט געלערנט ביים מעזריטשער מגיד, און נאכהער ביי רבי פינחס קאריצער. אין תק"ם (1780) האט מען אים אויפגענומען ווי אן אדמו"ר אין זיין פאטערס וואוינארט טאלטשין, וואו ער האט געפירט זיין הויף. אין תקמ"ח (1788) איז רבי ברוך אריבער קיין מעזשביזש, אבער אין די זומער חדשים פלעג ער זיין אין טולטשין. מנוחתו כבוד ליד סבו במז'יבוז'.
רבי ברוך פלעג נעמען פדיונות פון די חסידים פארן אויפהאלט פון זיין הויף. טייל פונעם געלט פלעג ער שיקן צו פארשטארקן דעם חסידישן יישוב אין ארץ ישראל.
רבי ברוך פלעג ליידן פון מרה שחורה; צוליב דעם האבן זיינע מקורבים געברענגט ר' הערשעלע אסטראפאלער צו זיין דער בדחן אין רבי ברוכס הויף.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי ברוך איז נפטר געווארן י"ח כסלו ה'תקע"ב.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי ברוך האט געהייראט בזיווג ראשון א טאכטער פון הרב טוביה קאטצקאש פון אסטראה. בזיווג שני האט ער געהייראט א טאכטער פון זיין פעטער הרב אהרן פון טיטיעוו. רבי ברוך האט איבער געלאזט דריי טעכטער:
- מרת אדל, די ווייב פון הרב יעקב פנחס אויערבאך, א זון פון הרב אברהם דוב פון כמעלניק.
- מרת חנה, די ווייב פון הרב יצחק דראהאביטשער, פון מעזשביזש.
- מרת רייזל, די ווייב פון הרב דוב פון טאלטשין, א זון פון הרב שלמה גאטליב, פון קארלין.
זיינע ספרים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- בוצינא דנהורא