בארדא

פֿון װיקיפּעדיע
בארדא
Bordeaux
בורס פאלאץ און גאַראן טייך
אלע דו טומי ביינאכט, בארדא טראמוויי
פיער בריק אויפן גאראן, מעריאדעק קאמערצצענטער, פאלע ראהאַן האטעל
מדינה / טעריטאָריע פראַנקרײך
קאָאָרדינאַטן 44°50′19″N 0°34′42″E / 44.83861°N 0.57833°E / 44.83861; 0.57833קאארדינאטן: 44°50′19″N 0°34′42″E / 44.83861°N 0.57833°E / 44.83861; 0.57833
ראַיאָן אקיטען
דיסטריקט זשיראנד דעפארטמענט
בירגערמייסטער אלען זשופע
שטח 49.36 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטאָט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקײט

235,891‏  (שטייענדיג 2006)
4,779 באוואוינער א ק"מ2
צײַט זאָנע UTC+1
http://www.bordeaux.fr

בארדא (פראַנצויזיש: Bordeaux) איז א פארט שטאָט אויפן גאראן טייך אין דעם אקוויטאניע ראיאן אין דרום־מערב פֿראַנקרײַך. די שטאט בארדא, מיט א באפעלקערונג פון 239,157 איינוואוינער, איז די 9טע גרעסטע שטאט אין פראנקרייך.

עקאנאמיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויין[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויין פראדוקציע איז פון די וויכסטיקסטע אינדוסטריעס אין בארדא. בארדא האט 116,160 העקטארן פון וויינגארטנס, מיט 13,000 טרויבן וואקסער און 10,000 וויין פראדוצירער. די יערלעכע פראדוקציע פון בארדא וויין איז אומגעפער 960 מיליאן פלעשער. רויט בארדא וויין ווערט געמאכט פון קאבערנע סאוויניאן, מערלא און אנדערע טרויבן. אין ענגלאנד רופט מען רויט בארדא וויין "קלארעט". ווייס בארדא וויין ווערט געמאכט פון סאוויניאן בלאנק, סעמיאן און מוסקאדעל טרויבן.

טראנספארט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

באן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די הויפט באן סטאנציע, גאר דע בארדא סט-זשאן, נאענט צום צענטער פון דער שטאט, האט 4 מיליאן פאסאזשירן א יאר. די באן דינסט איז דורך דער הויכגיך באן TGV, וואס פארט קיין פאריז אין דריי שעה, מיט פארבינדונגען צו די הויפט אייראפעישע צענטערן ווי ליל, בריסל, אמסטערדאם, קעלן, גענף און לאנדאן. אויך איז פאראן א נארמאלע באן דינסט קיין נאנט, ניס, מארסיי און ליאן.

באקאנטע מענטשן פון בארדא[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

צווילינג שטעט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

בארדא האט די פאלגנדע צווילינג שטעט:

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. Bristol City – Town twinning. 2009 Bristol City Council. דערגרייכט דעם ‏17טן יולי 2009.
  2. International Relations of the City of Porto. 2006–2009 Municipal Directorate of the Presidency Services International Relations Office. דערגרייכט דעם ‏10טן יולי 2009.
  3. Saint Petersburg in figures – International and Interregional Ties. Saint Petersburg City Government. דערגרייכט דעם 23 March 2008.