נעמאן

פֿון װיקיפּעדיע
נעמאַן
דער נעמאן לעבן אליטע, ליטע
לענג 937 קילאמעטער
קוואל מינסק, בעלארוס
דרענאזש בעקן 98200 קוואדראט קילאמעטער
דורכשניטלעכער אויסגאס

- ארט

616 קובישע מעטער א סעקונדע

קארונישע לאגונע, באלטישער ים (לעבן שילוטע)

לענדער אין דרענאזש בעקן בעלארוס, ליטע, רוסלאנד

דער נעמאַן אדער ניעמאַן (בעלארוסיש: Нёман‏ (נְיאָמאַן); ליטוויש: Nemunas; לעטיש: Nemuna; פויליש: Niemen; פרײסיש: Mīmeli; רוסיש: Неман,‏ (נעמען); דייטש: Memel (מעמל); זאמוטיש : Nemons) איז דער גרעסטער טייך אין ליטע, און דער דריט־גרעסטער אין בעלארוס.

דער שטראמט דורך א לענג פון 937 ק"מ, מיט אן אויסגאס פון 616 קובישע מעטער א סעקונדע.

ער קומט פון דעם צוזאמענפלוס פון צוויי קליינע בייטייכן עטלעכע 15 קילאמעטער דרום־מערב פון דעם שטעטל אוזדע אין צענטראל בעלארוס און פליסט דורך ליטע איידער ער גיסט ארויס דורך דער קארונישער לאגונע צום באלטישן ים נאנט צו מעמל.