אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אפריקאס"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ r2.7.1) (באט צוגעלייגט: chr:ᏓᎶᏂᎨ ᎠᏓᏛᏍᎩ געענדערט: os:Чъерами
מ r2.7.2) (באט צוגעלייגט: chy:Ová'kemene
שורה 99: שורה 99:
[[ce:Túrk]]
[[ce:Túrk]]
[[chr:ᏓᎶᏂᎨ ᎠᏓᏛᏍᎩ]]
[[chr:ᏓᎶᏂᎨ ᎠᏓᏛᏍᎩ]]
[[chy:Ová'kemene]]
[[ckb:قەیسی]]
[[ckb:قەیسی]]
[[co:Baracucca]]
[[co:Baracucca]]

רעוויזיע ביי 12:09, 29 אַפּריל 2012

אפריקאס
אפריקאס פרוכט
אפריקאס פרוכט
וויסנשאַפֿטלעכע קלאַסיפֿיקאַציע
קעניגרייך: Plantae
אָפטייל: Magnoliophyta
קלאַס: Magnoliopsida
סדר: Rosales
פֿאַמיליע: Rosaceae
מין: Prunus
אונטער-מין: Prunus
אפטיילונג: Armeniaca
זגאַל: P. armeniaca
בינאמינאלישער נאמען
Prunus armeniaca
L.

דער אפריקאס (Prunus armeniaca, "ארמענישער פֿלוים" אין לאטיין) איז א זגאל פון Prunus. באטאניקערס מיינען אז ער שטאמט פון כינע און צענטראל אזיע, אפשר אויך קארעע און יאפאן. [1][2]

אפריקאסן (אויך פערשקעס, קארשן און פֿלוימען) זענען שטיינפרוכט.

באשרייבונג

דער אפריקאס בוים איז קליין (8-12 מעטער); זיינע בלעטער זען אויס ווי א שפיציקן הארץ, ברייט 8 צ"מ. די בלומען זענען ווייס אדער ראזעווע, מיט פינף קרוינבלעטלעך. די פרוכט האט איין זאמען אין א שטיין; איר קאליר איז געל אדער אראַנזש און כמעט האט נישט קיין האר, און איר דיאמעטער איז 2 צ"מ.



פראדוקציע

צען הויפט אפריקאס פראדוצירערס— 2005
(1,000 טאנען )
טערקיי 390
איראן 285
איטאַליע 232
פאקיסטאן 220
גריכנלאנד 196
פראַנקרײך 181
אַלזשיר 145
שפּאַניע 136
יאפאן 123
מאראקא 103
סיריע 101
וועלט סה"כ 1916
מקור:[3]
אפריקאסן ארויסגאב אין 2005

טערקיי איז דער הויפט פראדוצירער פון אפריקאסן,[4] איראן דער צווייטער. אין ארמעניע וואקסן אפריקאסן אינעם אררט טאל.


אין דער קעך

אפריקאסן קען מען עסן רוי אדער געקאכט. געטרוקענטע אפריקאסן האלטן זיך לאנג און זענען אויך געשמאק. מען מאכט אפריקאסן קאנסערוון וואס מען קען שמירן אויף ברויט אדער ניצן ביים קאכן.

מעדיציניש

אפריקאסן זענען גוט קעגן עצירות. אפילו דריי זענען גענוג.

זעט אויך


רעפערענצן

  1. Flora of China: Armeniaca vulgaris
  2. Germplasm Resources Information Network: Prunus armeniaca
  3. פאראייניקטע פעלקער עסנווארג און לאנדווירטשאפט ארגאניזאציע (FAO) [1]
  4. The tendencies of Apricot producers