לדלג לתוכן

אפריקאס

פֿון װיקיפּעדיע
אפריקאס
אפריקאס פרוכט
אפריקאס פרוכט
וויסנשאַפֿטלעכע קלאַסיפֿיקאַציע
קעניגרייך: Plantae
אָפטייל: Magnoliophyta
קלאַס: Magnoliopsida
סדר: Rosales
פֿאַמיליע: Rosaceae
מין: Prunus
אונטער-מין: Prunus
אפטיילונג: Armeniaca
זגאַל: P. armeniaca
בינאמינאלישער נאמען
Prunus armeniaca
L.

דער אפריקאס (Prunus armeniaca, "ארמענישער פֿלוים" אין לאטיין) איז א זגאל פון Prunus. באטאניקערס מיינען אז ער שטאמט פון כינע און צענטראל אזיע, אפשר אויך קארעע און יאפאן. [1][2]

אפריקאסן (אויך פערשקעס, קארשן און פֿלוימען) זענען שטיינפרוכט.

דער אפריקאס בוים איז קליין (8-12 מעטער); זיינע בלעטער זען אויס ווי א שפיציקן הארץ, ברייט 8 צ"מ. די בלומען זענען ווייס אדער ראזעווע, מיט פינף קרוינבלעטלעך. די פרוכט האט איין זאמען אין א שטיין; איר קאליר איז געל אדער אראַנזש און כמעט האט נישט קיין האר, און איר דיאמעטער איז 2 צ"מ.



צען הויפט אפריקאס פראדוצירערס— 2005
(1,000 טאנען )
טערקיי 390
איראן 285
איטאַליע 232
פאקיסטאן 220
גריכנלאנד 196
פראַנקרײך 181
אַלזשיר 145
שפּאַניע 136
יאפאן 123
מאראקא 103
סיריע 101
וועלט סה"כ 1916
מקור:[3]
אפריקאסן ארויסגאב אין 2012

טערקיי איז דער הויפט פראדוצירער פון אפריקאסן,[4] איראן דער צווייטער. אין ארמעניע וואקסן אפריקאסן אינעם אררט טאל.

אפריקאסן קען מען עסן רוי אדער געקאכט. געטרוקענטע אפריקאסן האלטן זיך לאנג און זענען אויך געשמאק. מען מאכט אפריקאסן קאנסערוון וואס מען קען שמירן אויף ברויט אדער ניצן ביים קאכן.

אפריקאסן זענען גוט קעגן עצירות. אפילו דריי זענען גענוג.


  1. Flora of China: Armeniaca vulgaris (ארכיווירט 24.02.2021 ביי דער Wayback Machine)
  2. Germplasm Resources Information Network: Prunus armeniaca
  3. פאראייניקטע פעלקער עסנווארג און לאנדווירטשאפט ארגאניזאציע (FAO) [1] (ארכיווירט 10.03.2007 ביי דער Wayback Machine)
  4. The tendencies of Apricot producers