לדלג לתוכן

אנקארא

פֿון װיקיפּעדיע
אנקארא
Ankara
קיזיליי פלאץ אין אנקארא
מדינה / טעריטאָריע טערקיי
קאָאָרדינאַטן 39°55′N 32°52′E / 39.917°N 32.867°E / 39.917; 32.867
ראַיאָן צענטראלע אנאטאליע
דיסטריקט אנקארא
בירגערמייסטער מעליה גאקטשעק
אָפיציעלע שפּראַך טערקיש
שטח 2516 קוואדראט ק"מ
הייך 938 מעטער

 ‑ אין שטאָט

4,306,105‏  (שטייענדיג 2007)
צײַט זאָנע UTC+ 2

אַנקאַראַ (טערקיש: Ankara) איז די הויפטשטאט פון טערקיי און זיין צווייטע גרעסטע שטאט, נאָך סטאמבול. די שטאט איז הויך 938 מעטער איבערן ים שפיגל.[1] אין 2007 איז איר באַפֿעלקערונג געווען 3,901,201, כולל אכט דיסטריקטן אונטער דער שטאט'ס אדמינסטראציע.[2] אנקארא איז אויך די הויפטשטאט פונעם אנקארער פראווינץ.

נאך דער ערשטער וועלט מלחמה איז רוב פון דער אטאמאנישער אימפעריע געווען אקופירט. האט דער פירער פון דער טערקישער נאציאנאליסטישער באוועגונג, קעמאל אטאטורק, הויפטקווארטירט זיין ווידערשטאנד באוועגונג אין אנקארא אין 1920. נאך דער מלחמה פון אומאפהענגיגקייט, האבן די טערקישע נאציאנאליסטן געביטן די אטאמאנישע אימפעריע מיט דער רעפובליק פון טערקיי דעם 29סטן אקטאבער 1923. מיט עטלעכע טעג פריער, דעם 13טן אקטאבער, איז אנקארא געווארן די נייע הויפטשטאט אנשטאט סטאמבול.

  1. Ankara, Turkey: Latitude, Longitude and Altitude
  2. Türkiye istatistik kurumu Address-based population survey 2007. Retrieved on 2008-10-09.

39°55′N 32°52′E / 39.917°N 32.867°E / 39.917; 32.867