אנימע
אַנימע (יאפאניש: アニメ; ענגליש: Anime) איז די אלגעמיינע טערמין געניצט אין די מערב וועלט צו באשרייבן די באזונדער זשאַנער פון אנימאציע וואס איז אנטוויקלט אין יאפאן, ווייל אין יאפאן גופא מען נוצט די ווערט פאר כּלערליי אנימאציע, סיי היגע סיי אויך פון דער גאנצער וועלט.
אנימע איז געוויינלעך געשאפן דורך אנימאציע טעכניק, אדער ביי האנט אדער מיט א קאמפיוטער, אין צוויי דימענסיעס אדער דריי דימענסיעס. רוב מאל מאכט מען די פערסאָנאַזש מיט גאר גרויסע אויגן און מאדנע פֿאַרקאַמען.
עטימאלאגיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דאס ווארט שטאמט פון יאפאן, ווייל דארט ס'איז געווען פשוט א פארקירצונג פונעם ווארט אנימאציע.
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די שטייגער פון אנימע האט אנטוויקלט אין אנהייב פונעם 20סטן יארהונדערט. די יאפאנעזער האבן זיך אויסגעלערנט פון אנימאציעס פראדוצירט אין פראנקרייך, דייטשלאנד, די פאראייניגטע שטאטן און רוסלאנד. מ'האט געניצט אנימאציע צו פארמיידן מאכן פילמען מיט אקטיארן, סיי ווייל אין יאפאן האט מען נישט געהאט גענוג פלעצער צו מאכן פילמען, סיי ווייל די יאפאנעזער זען אויס אנדערש ווי מענטשן פון דער גאנצער וועלט און ס'איז געווען שווער צו מאכן פילמען וועגן מענטשן פון אנדערע לענדער.