לדלג לתוכן

אמוראים

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון אמורא)
השתלשלות ההלכה



אמוראים זענען די חכמים און רבנים פון די תלמוד, וואס האבן געלעבט און געשאפן אין די תקופה פון די פארענדיגונג פון די משנה דורך רבי יהודה הנשיא און ביז נאכן פארענדיגן דעם גמרא.

די אמוראים זענען געווען פלאצירט אין צוויי אידישע צענטערן: אין ארץ ישראל און אין בבל.

בעפאר זיי האבן באלאכטן און געפירט כלל ישראל די הייליגע תנאים און נאך זיי האבן איבערגענומען די סבוראים.

דער טיטול און נאמען "אמורא" האט לכתחילה געדינט אלס מקור צו אידענטיפיצירן די אויפגאבע וואס איז געווען שייך אין א בית המדרש - דער "אמורא" האט פשוט און פראסט מסביר געווען די רייד פון די חכם פאר די פאבליק, דאס הייסט ער האט איבערגעזאגט אויף אזא אופן אז דער המון זאל דאס אויך פארשטיין, אבער אין די צייטן פון די אמוראים איז דאס געווארן א נאמען פאר יעדן חכם און רב.

אין ארץ ישראל איז דער צענטער פאר די תורה וועלט געווען אין ציפורי היינט א דארף נעבן נצרת אין אונטער גליל און דערנאך האט זיך דאס אריבערגעצויגן קיין טבריה.

אין בבל איז דער עיקר דאס געווען אין ישיבת סורא, און טייל מאל איז דאס אריבער צו ישיבת פומבדיתא און צו די ישיבת נהרדעא.

די אמוראים פון בבל און ארץ ישראל האבן אנגעהאלטן א פארבינדינג מיט איינער דעם אנדערן און זיך געהאלפן שליכטן שווערע אישו וויאזוי אידן זאלן זיך פירן דורך שיקענדיג שליחים איינער צום אנדערן.

די צאל אמוראים וואס זענען אונז באקאנט שטייגט איבער צו מער פון דריי טויזנט, לויט דער ציילונג פון די חוקרים וואס שטודירן די גמרא.

צווישן די אמוראים זענען געווען אזאלעכע וואס האבן זיך גאר שטארק אויסגעצייכענט אין זייער בקיאות זיי האט מען אנגערופען "סיני".

עס איז אבער געווען אזעלכע וואס האבן זיך אויסגעצייכענט אין זייער שארפקייט, ד.ה. און זייער מעגליכקייט צו דערגרייכן, דורך לאגישע מסקנות, צו א שליכטונג פון אלע סוגיות וואס זענען ארויפגעקומען צום דעבאטע פון די אמוראים - זיי האט מען גערופען איטליכער "עוקר הרים".

אסאך ביאגראפישע אנעקדאטן פון די אמוראים איז באזירט פון די גמרא וואס זייער אסאך פון זיי קען מען נישט אנעמען אלס א ריכטיגער ביאגראפיע ווייל פיל פון זיי זענען אגדתא שטיקער וואס זענען געשריבן אלס משל.

די תקופה פון די אמוראים אין ארץ ישראל ווערט צעטיילט אוף 5 דורות און אין בבל אויף 7 דורות.

די מערסטע מערקווירדיגע אמוראים פון יעדן דור איז ווי פאלגנד.

מערקווירדיגע אמוראים

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
די יארן פון אמוראים אויף דער צײַט ליניע
ציר הזמןתקופת הזוגותתנאיםאמוראיםסבוראיםגאוניםראשוניםאחרונים
ציר הזמן