אליעזר פאפו
מראה
געבורט |
1785 ה'תקמ"ו סאראיעווא, אטאמאנישע אימפעריע |
---|---|
טויט |
1828 (אלט 43 בערך) כ' תשרי ה'תקפ"ח אטאמאנישע אימפעריע |
רבי אליעזר פאַפו (ה'תקמ"ו, 1786 - כ' תשרי ה'תקפ"ח, 11טן אקטאבער 1827) האָט געדינט ווי רב פון דער ספרדישער קהילה פון סיליסטראַ, בולגאריע, און האָט פאר א צייט אויך אָנגעפירט די ספרדישע קהילה אין דער הויפּטשטאָט פון וואלאכיע, בוקארעשט. ער האָט מחבר געווען די ספרים פלא יועץ, "אלף המגן", "חסד לאלפים" און "בית תפילה".
ביאגארפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ער איז געבוירן געווארן צו רבי יצחק פאפו און זיין ווייב מרת בלאנקא.
ער איז געווען א מקובל; באַקאַנט איז דאס מוסר ספר וואָס ער האָט מחבר געווען ספר פלא יועץ, און ווערט טיילמאָל אנגערופן מיט זיין נאָמען.