לדלג לתוכן

אדם סמיט

פֿון װיקיפּעדיע
אדם סמיט
Adam Smith
געבורט יוני 1723
קעניגרייך פון גרויסבריטאניע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 17 יולי 1790 (אלט 67)
עדינבורג, קעניגרייך פון גרויסבריטאניע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה קעניגרייך פון גרויסבריטאניע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

אדם סמיט (ענגליש: Adam Smith‏; 5טן יוני 172317טן יולי 1790) איז געווען א שאטישער פילאסאף און עקאנאמיסט. מ'האלט אים פאר דער גרינדער פון מאדערנער עקאנאמיק און קאפיטאליזם. זיין בוך "די רייכקייט פון פעלקער" פון 1776 אנטהאלט זיינע חשובסטע געדאנקען אין דעם געביט פון עקאנאמיק. ער איז געווען פון די פירנדיקע מענטשן פון אויפגעקלערטקייט אין שאטלאנד.

אדם סמיט איז געווען דער זון פון א שטייער באאמטער אין קערקאדי (Kirkcaldy), פייף, סקאטלאנד. גענוי ווען ער איז געבוירן ווייסט מען נישט, אבער בערך אין 1723. ביי די פיר יאר אלט האבן א באנדע ציגיינער אים געכאפט; זיין פעטער האט אים געראטעוועט אין צוריקגעברענט צו זיין מוטער. אין דעם פארט פון קערקאדי האט סמיט געזען דעם הלוך ילך פון האנדל.