אברהם סוצקעווער
געבורט |
15 יולי 1913 סמארגאן, Q279583, רוסלענדישע אימפעריע |
---|---|
טויט |
20 יאנואר 2010 (אלט 96) תל אביב-יפו, ישראל |
מדינה | ישראל, פוילן |
פאך | דיכטער, שרייבער, שרייבער |
אַבֿרהם סוצקעווער (15טן יולי, 1913 - 20סטן יאַנואַר, 2010), איז געװען אַ ייִדישער דיכטער און פּאַרטיזאַן פֿון דער צװײטער װעלט מלחמה.
ביאָגראַפֿיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אַבֿרהם סוצקעווער איז געבױרן געװאָרן דעם 15טן יולי 1913 (י' תמוז תרע"ג) אין סמאָרגאָן, דאן ליטע הײַנט בעלאַרוס, אַ שטעטל אַרום זיבעציג ק“מ פֿון װילנע. זײַן זיידע פֿון דער מאַמעס צד איז געווען דער רבֿ שבתי פֿײַנבערג, מחבר פֿון ספֿר „אפֿיקי מגינים“ אויפֿן שולחן־ערוך. אין סעפּטעמבער 1915 האָבן קאָזאַקן פּאָגראָמירט און אונטערגעצונדן סמאָרגאָן. די ייִדן האָט מען פֿאַרטריבן פֿון שטאָט. ווי אַנדערע משפּחות, האָבן די סוצקעווערס געפֿונען אַ מקום־מיקלט אין סיביר, אין דער געגנט פֿון אָמסק, בײַם טײַך אירטיש. דאָרטן איז ער צו זיבן יאָר פֿאַריתומט געוואָרן פֿון זײַן פאָטער.
נאָך דער ערשטער וועלט מלחמה האָט זיך זײַן משפּחה איבערגעקליבן קיין װילנע, דעמאָלט אונטער פּוילישער הערשאַפֿט, װוּ ער האָט זיך געלערנט אין אַ תּלמוד־תּורה און שפּעטער אין אַ פּויליש־שפּראַכיקער ייִדישער גימנאַזיע. צו 14 יאָר אָנגעהויבן שרײַבן פּאָעזיע, צו ערשט אויף העברעיִש, שפּעטער אויף ייִדיש. אין 1930 געוואָרן אַ מיטגליד פֿון דער ייִדישיסטישער סקויטן־אָרגאַניזאַציע „בין“, געגרינדט דורכן לינגוויסט מאַקס ווײַנרײַך. זײַן ערשט ליד איז דערשינען אין 1932 אין אַן אויסגאַבע פֿון דער „בין“.
אין 1934 אַרײַנגעטראָטן אין דער גרופּע פּאָעטן „יונג ווילנע“ (שמערקע קאַטשערגינסקי, לייזער וואָלף, סיאָמקע קאַהאַן, חיים גראַדע א“אַ), און אָנגעהויבן זיך דרוקן אָפֿטער אין פֿאַרשיידענע ליטעראַרישע צײַטשריפֿטן. כּסדר געלערנט ווי אַן אויטאָדידאַקט און געווען נאָענט צום ייִוואָ. אין 1937 איז אַרויס אין וואַרשע זײַן ערשטער פּאָעזיע־באַנד לידער. נאָכן דײַטשן אָנפֿאַל אויף ליטע אין יוני 1941, אין גאַנג פֿון דער צװײטער װעלט מלחמה, געבליבן פֿאַרשפּאַרט צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי פֿריידקע אין ווילנער געטאָ. באַטייליקט אין גײַסטיקן ווידערשטאַנד : רעטונג פֿון זעלטענע ספֿרים און דאָקומענטן, אָרגאַניזאַציע פֿון אַ קולטור־לעבן אין געטאָ. אַקטיוו אין די רייען פֿון דער פֿאַראייניקטער פּאַרטיזאַנער־אָרגאַניזאַציע (פֿ.פּ.אָ.). דעם 12טן סעפּטעמבער 1943 אַנטלאָפֿן פֿון געטאָ מיט אַ גרופּע קעמפֿער און זיך אָנגעשלאָסן אין אַ פּאַרטיזאַנער־אָפּטייל וואָס האָט באַקעמפֿט די דײַטשן אונטער סאָוועטישער קאָמאַנדע אין די נאַראָטשער וועלדער.
אין געטאָ און אין וואַלד האט ער כּסדר געשריבן. זײַנע אַ פּאָעמע איז דערגאַנגען ביז מאָסקווע און געמאַכט אַ שטאַרקן רושם אויף ייִדיש־רוסישע שרײַבער ווי באָריס פּאַסטערנאַק, איליאַ ערענבורג און וואַסילי גראָסמאַן. רעכענענדיק אַז ער קען צוניץ קומען אין מאָסקווע פֿאַר דער אַרבעט פֿון ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט, האָט די סאָוועטישע מאַכט געשיקט אַ ספּעציעלן עראָפּלאַן אים אַהינצוברענגען. במשך דער מלחמה האָט סוצקעווער אָנגעשריבן איבער אכציג לידער.
נאָך דער באַפֿרײַונג האט ער פאר א קורצע צייט געוווינט אין מאָסקווע, אין לאָדזש און אין פּאַריז. דעם 12טן פֿעברואַר 1946 אַרויסגעטראָטן ווי דער ערשטער ייִדישער עדות אויפֿן נירנבערגער פּראָצעס קעגן די נאַצישע קריגס־פֿאַרברעכער. אין סעפּטעמבער 1947 זיך באַזעצט אין ארץ־ישׂראל. דאָרטן געוואָרן דער גרינדער און רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל די גאָלדענע קייט (תּל־אָבֿיבֿ 1949 - 1995) — די העכסטע טריבונע פֿון דער נאָכמלחמהדיקער ליטעראַטור אויף ייִדיש.
צווישן 1948 און 1996 זײַנען אַרויס אין ישׂראל קרובֿ צו דרייסיג ביכער מיט סוצקעווערס פּאָעזיע און פּאָעטישער פּראָזע. צו זײַנע יובילייען — 50 יאָר אין 1963, 70 אין 1983 — זענען דערשינען באַזונדערע בענד מיט קריטישע עסייען וועגן אים. ער האָט באַקומען הויכע ליטעראַרישע אויסצייכענונגען אין ישׂראל און אין אַנדערע לענדער. אַזעלכע שרײַבער ווי טשעסלאַוו מילאָש און ערי דע לוקאַ האָבן אים באַגריסט ווי איינעם פֿון די וויכטיקסטע פּאָעטן פֿון 20סטן יאָרהונדערט. זײַנע װערק זײַנען איבערגעזעצט געוואָרן אין העברעיִש, ענגליש, דײַטש, פֿראַנצייזיש און פֿאַרשיידענע אַנדערע לשונות.
ער איז ניפֿטר געוואָרן ד' שבֿט תּש"ע (דעם 20סטן יאַנואַר 2010) אין תּל־אָבֿיבֿ, אין עלטער פֿון 96 יאָר.
ביכער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- לידער (וואַרשע, ביבליאָטעק פֿון ייִדישן פּען־קלוב, 1937)
- וואַלדיקס (ווילנע, ייִדישער ליטעראַטן־פֿאַראיין און פּען־קלוב, 1940)
- די פֿעסטונג (ניו־יאָרק, איקוף, 1945)
- לידער פֿון געטאָ (ניו־יאָרק, איקוף, 1946)
- ווילנער געטאָ 1944-1941 (פּאַריז, פֿאַרבאַנד פֿון די ווילנער אין פֿראַנקרײַך, 1946)
- פֿון ווילנער געטאָ (מאָסקווע, אָגיז מעלוכע־פֿאַרלאַג „דער עמעס“, 1946)
- ווילנער געטאָ 1944-1941 (בוענאָס־אײַרעס, איקוף, 1947)
- ייִדישע גאַס (ניו־יאָרק, פֿאַרלאַג מתּנות, 1948)
- געהיימשטאָט (תּל־אָבֿיבֿ, פֿרײַנד פֿונעם מחבר, 1948)
- אין פֿײַער־וואָגן (תּל־אָבֿיבֿ, די גאָלדענע קייט, 1952)
- סיביר (צייכענונגען פֿון מאַרק שאַגאַל, ירושלים, 1953)
- פֿון דרײַ וועלטן (בוענאָס־אײַרעס, ליטעראַטן און זשורנאַליסטן־פֿאַראיין, 1953)
- אָדע צו דער טויב ( (תּל־אָבֿיבֿ, די גאָלדענע קייט, 1953)
- אין מידבר סיני ( (תּל־אָבֿיבֿ, פֿאַרלאַג פּרץ־ביבליאָטעק, 1957)
- אָאַזיס ( (תּל־אָבֿיבֿ, פֿאַרלאַג י.ל.פּרץ, 1960)
- גײַסטיקע ערד (האָלצשניטן פֿון אַרטור קאָלניק, ניו־יאָרק, פֿאַרלאַג דער קוואַל, 1961)
- פּאָעטישע ווערק באַנד 1 און 2 (תּל־אָבֿיבֿ, יובֿל־קאָמיטעט, 1963)
- לידער פֿון ים־המוות (תּל־אָבֿיבֿ — ניו־יאָרק, פֿאַרלאַג בערגען־בעלזען, 1968)
- פֿירקאַנטיקע אותיות און מופֿתים (תּל־אָבֿיבֿ, די גאָלדענע קייט, 1968)
- צײַטיקע פּנימער (תּל־אָבֿיבֿ, פֿאַרלאַג י.ל.פּרץ, 1970)
- די פֿידלרויז (צייכענונגען פֿון מאַרק שאַגאַל, (תּל־אָבֿיבֿ, די גאָלדענע קייט, 1974)
- גרינער אַקוואַריום (אַרײַנפֿיר פֿון רות ווײַס, העברעיִשער אוניווערסיטעט אין ירושלים, 1975)
- לידער פֿון טאָגבוך (תּל־אָבֿיבֿ, די גאָלדענע קייט, 1977)
- דאָרטן וווּ עס נעכטיקן די שטערן (תּל־אָבֿיבֿ, פֿאַרלאַג ישׂראל־בוך, 1979)
- די ערשטע נאַכט אין געטאָ (תּל־אָבֿיבֿ, די גאָלדענע קייט, 1979)
- פֿון אַלטע און יונגע כּתבֿ־ידן (תּל־אָבֿיבֿ, פֿאַרלאַג ישׂראל־בוך, 1982)
- צווילינג־ברודער (תּל־אָבֿיבֿ, די גאָלדענע קייט, 1986)
- די נבֿואה פֿון שוואַרצאַפּלען (אַרײַנפֿיר פֿון רות ווײַס, העברעיִשער אוניווערסיטעט אין ירושלים, 1989)
- דער יורש פֿון רעגן (תּל־אָבֿיבֿ, די גאָלדענע קייט, 1992)
- בײַם לייענען פּנימער (העברעיִשער אוניווערסיטעט אין ירושלים, 1993)
- צעוואַקלטע ווענט (תּל־אָבֿיבֿ, די גאָלדענע קייט, 1996)
ביבליאָגראַפֿיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- יובֿל־בוך צום פֿופֿציקסטן געבוירן־טאָג פֿון אַבֿרהם סוצקעווער (תּל־אָבֿיבֿ, יובֿל־קאָמיטעט, 1963)
- שלמה ביקל. די ברכה פֿון שיינקייט: עסייען וועגן אַבֿרהם סוצקעווער (תּל־אָבֿיבֿ, פֿאַרלאַג המנורה, 1969)
- יודל מאַרק. אַבֿרהם סוצקעווערס פּאָעטישער וועג (תּל־אָבֿיבֿ, פֿאַרלאַג י.ל.פּרץ, 1974)
- אַבֿרהם נאָווערשטערן. אַבֿרהם סוצקעווער־ביבליאָגראַפֿיע (תּל־אָבֿיבֿ, פֿאַרלאַג ישׂראל־בוך, 1976)
- ייִחוס פֿון ליד/יחוסו של שיר, לכּבֿוד אַבֿרהם סוצקעווער (תּל־אָבֿיבֿ, יובֿל־קאָמיטעט, 1983)
- אַבֿרהם סוצקעווער במלאות לו שבעים/צום ווערן אַ בן־שבֿעים (ירושלים, קאַטאַלאָג פֿון דער אויסשטעלונג אין דער נאַציאָנאַלער און אוניווערסיטעט־ביבליאָטעק, נאָוועמבער 1983)
- די גאָלדענע קייט נומער 136: אַבֿרהם־סוצקעווער־נומער (תּל־אָבֿיבֿ, 1993)
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- סוצקעווער טרעט אויף ווי אַן עדות בײַם נירנבערגער פּראָצעס (אין רוסיש מיט העברעיִשער איבערזעצונג) http://www.youtube.com/watch?v=rY4GnquFCmE
- יוטוב
- [1]
- [2]
- די בלײַענע פּלאַטן פֿון ראָמס דרוקערײַ
- לוויה פֿון אַבֿרהם סוצקעווער
- Воспоминания (ארכיווירט 08.10.2013 ביי דער Wayback Machine) לעוו בערינסקי (אויף רוסיש)
- רעפֿעראַטן פֿון אַבֿרהם סוצקעווער אין דער ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק (מאָנטרעאַל 1959)