432 פארק עוועניו
432 פארק עוועניו (ענגליש: 432 Park Avenue) איז א אויפקומענדע קאנדאמיניום וואלקן-קראצער געביידע אין ניו יארק סיטי.
עס איז די דריט העכסטע געביידע אין די פאראייניגטע שטאטן, צווייט העכסטע אין ניו יארק סיטי און איינע פון די העכסטע בנינים אין וואס מע וואוינט אין די גארער וועלט.
זי פארמאגט 89 שטאָק און איז 1,396 פוס הויעך.
ווערט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די פריערדיגע בנין וואס איז געשטאנען אויף דעם ארט, די דרעיק האטעל געבויעט אין 1926, איז פארקויפט געווארן פאר 440 מיליאן אום 2006 און איז אראפגעווארפן א יאהר דערנאך.
די סך הכל קאסטן פון אויפבויען די געביידע איז 1.25 ביליאן אמעריקאנע דאלאר.
כראנאלאגישע סדר פון בויען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין סעפטעמבער 2011 האט מען געלייגט דעם יסוד, דאס בויען העכער דער ערד האט זיך אנגעהויבן אום מאי 2012 און די דרויסנדיגע סטרוקטור איז פארענדיגט געווארן אין אקטאובער 2014.
ס'איז ערווארטעט אז אויף פרילינג פון 2015 וועט מען זיך שוין אריינציהען דערין.