װיקיפּעדיע:דריי-מאל צוריקדרייען
דער בלאט איז אן אפיציעלער פאליסי בלאט פאר דער יידיש־וויקיפעדיע. ער איז ברייט אנגענומען דורך שרייבער און ס'איז ראטזאם נאכצופאלגן די אנווייזונגען דערינען. אויב ווילט איר ענדערן פאליסיס אין דעם בלאט, מאכט זיכער אז עס איז דא אויף אייערע טוישונגען א קאנצענזוס. אויב האט איר א ספק דאן רעדט עס דורך אויפן רעדן בלאט. און אויב ווילט איר אפשרייבן נייע שכל'דיגע פאליסיס מוז דאס זיין פאסעדיג צו דער הויפט ענגליש־וויקיפעדיע (און\אדער דער העברעיש־וויקיפעדיע) פאליסיס. |
פאליסיס |
---|
פרינציפן |
ארטיקל סטאנדארטן |
נייטראל |
צוזאמענארבעט מיט אנדערע |
זיך אויפפירן העפליך |
דריי מאל צוריקדרייען איז א פאליסי אין אלע וויקיפעדיע שפראכן צו פארמיידן איבעריגע און ענדלאזע עדיט מלחמות און קומן צו א שנעלע קאנסענסוס באשלוס שליכטונג עס זאל הערשן שלום און צוזאמענארבייט אין וויקיפעדיע.
- קיינער טאר נישט צוריקדרייען אן ארטיקל אדער א טייל פון ארטיקל מער ווי 3 מאל אין 24 שעה.
- א צוריקדריי מיינט צוריק דרייען די ארבייט פון די זעלבע שרייבער אויף דעם ארטיקל אפילו עס איז נישט די זעלבע אינהאלט וואס מען דרייט צוריק.
אויב איינער איז עובר אויף די פאליסי איז מעגליך ער זאל בלאקירט ווערן דורך אן אדמין פאר 24 שעה, און אפילו לענגער אויב עס איז נישט די ערשטע מאל.
די פאליסי איז נישט קיין רעכט צוריקצודרייען ווייניגער ווי 3 מאל אין 24 שעה יא פארקערט מען טאר קיינמאל צוריקדרייען סתם יענעם'ס ארבייט, זעה װיקיפּעדיע:צוריקדרייען.
געדענקט: איר זאלט אייביג און איר מעגט אייביג עדיטן און ענדערן וויפל איר ווילט (וכל המרבה הרי זה משובח...) אבער צוריקדרייען צו א פריערדיגע ווערסיע פון אן ארטיקל טארט איר נישט מער ווי 3 מאל אין משך פון 24 שעה.
געדענקט נישט צו זיין א סאקפאפעט און צוריקדרייען מיט אנדערע נעמען.
וואס איז א צוריקדריי?
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]צוריקדרייען אין די פאליסי מיינט צוריקדרייען א טייל אדער אינגאנצן פון אן אנדער שרייבער אדער שרייבערס. דאס נעמט אויך אריין צוריקדרייען באוועגן, צוריקדרייען אויסגמעקעכטץ, אדער צוריקדרייען אויף אויסצומעקן, אדער צוריקצודרייען וואס אן אדמין האט געטאן.
א שרייבער דארף נישט טאן די זעלבע צוריקדרייען 3 מאל אין 24 שעה עובר צו זיין אויף די פאליסי, נאר א יעדע צוריקדריי אויף די זעלבע בלאט רעכנט פאר א צוריקדריי.
אויסנאם
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]וויבאלד די פאליסי איז נאר כדי צו פארמיידן עדיט מלחמות, א צוריקדריי וואס איז זיכער נישט אזוינס ווערט נישט פארעכנט ווי מען איז עובר אויף די פאליסי. כללו של דבר מען מוז נוצן שכל וואס וועט אינסטיגירן א עדיט מלחמה מען דארף נישט בלייבן אייביג גערעכט און קען זיין יענער איז גערעכט.
צוריקדרייען די אייגענע ארבייט ווערט נישט פאררעכנט ווי א צוריקדריי.
עס איז דא נאך פעלער ווי צוריקדרייען ווערט נישט פאררעכנט ווי א צוריקדריי קעגן די פאליסי:
- צוריקדרייען כדי אראפצונעמען פשוטע וואנדאליזם ווי אויסליידיגן די אינהאלט פון א בלאט, אדער פון טוישן די אינהאלט פון א בלאט צו סתם שטותים. די אויסנאם איז נאר גילטיג דארט ווי עס איז קלאר אז דאס איז וואנדליזם און מען דארף נישט לייענען צופיל פון בלעטעל דאס צו זעהן. אויב די וואנדליזם איז נאר באמערקבאר צו די וואס האבן אנטייל גענומען אין שרייבן די ארטיקל, דאן איז די אויסנאם נישט גילטיג.
- צוריקדריי וואס נעמען אראף קלארע קאפירייט פארבאטונגן, און ספעם, אדער נישט פרייע אינהאלט.
- צוריקדריי וואס נעמט אראף קלארע אויסגעטראכטע זאכן קעגן לעבעדיגע מענטשן, אנע מקור אדער שוואך מקורות קאנטריווערסיעל אינהאלט אנטקעגן לעבעדיגע מענטשן.
- צוריקדריי וואס נעמט אראף עדיטס געמאכט דורך באנוצער וואס זענען סייווי בלאקירט.
- צוריקדריי וואס נעמט אראף לינקס וואס פירן צו אינהאלט וואס אטאקירט, באליידיגט אדער אנטפלעקט די פריוואטקייט פון א מענטש.
סיי וועלכע פון די אויבערדערמאנטע אויסנאמן איז נישט זיכער אז זיי זאלן זיין אן אויסנאם אויב עס איז צו קאנטריווערסיעל, נאר די קלארסטע פעלער פון די אויבערדערמאנטע וועלן ווערן פאררעכנט אלס אן אויסנאם. און אלס אזוינס אויב האט איר א ספק, דאן זאלט איר נישט צוריקדרייען און ענדערש שב ואל תעשה עדיף.
אויספירן די פאליסי
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]איינער וואס איז עובר אויף די פאליסי קען באשטראפט ווערן מיט ווערן בלאקירט פאר 24 שעה אדער מער אויב עס איז די ערשטע מאל. אן אדמין קען קוקן אויף נאך זאכן ווען בלאקירן איינעם פאר די פאליסי, צו ער האט געטאן נאך זאכן קעגן פאליסי, און צו ער פירט זיך אויף אוממענטשליך צו אנדערע. ווען בלאקירן איינעם פאר דעם זאל מען בלאקירן דעם אנדערן (אויב עס איז דא נאך איינער) די זעלבע לאנג, און ערשט דאן צוריקדרייען צו די מערסטע יושרדיגסטע ווערסיע פארן עדיט קריג פון נעכטן.