װיקיפּעדיע:באפרייאונג פאליטיק
מראה
אריינפיר
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]וויקיפעדיע׳ס ציל, אין יעדער שפראך, איז צו זיין א פרייער־אינהאלט ענציקלאפעדיע. דאס הייסט אז, ווען נאר מעגלעך, אלץ וואס איז אריינגענומען דא זאל זיין פריי־פאראן פאר יעדן איינעם צו ניצן ווען ער וויל. אינהאלט ווערט פריי־פאראן אין איינעם פון צוויי וועגן:
- ער געפינט זיך קאטעגאריש אינעם רשות־הרבים, אדער
- ער דערשיינט אונטער א ליצענץ וואס דערלויבט אים צו ווערן פריי־באניצט, מיט בעצם קיין באגרענעצונגען (אחוץ למשל פאר צושרייבן דעם מקור).
דער גרעסטער טייל פון אינפארמאציע אין די וויקימעדיע פראיעקטן איז פרייער אינהאלט. אבער, אזוי ווי וויקיפעדיע איז אן ענציקלאפעדיע, זענען פאראן צייטן ווען קאפירעכט מאטריאל קען העלפן א באניצער אידענטיפיצירן און בעסער פארשטיין די טעמע. למשל טאמער עס זענען צוויי ארטיקלען וועגן פירמעס מיט ענלעכע נעמען; אין א זא פאל קען מען כאפן בעסער וועגן וועלכער פירמע רעדט אז מ׳זעט איר לאגא. אבער מערסטנס זענען די לאגאס אונטער קאפירעכט פון זייערע אייגענטימער.