װיקיפּעדיע:אונטערבלאט
וויקיפעדיע אנווייזונגען |
---|
אינהאלט |
קלאסיפיקאציע |
אונטערבלאט |
רעדאקטירן |
רעדן |
אויפירונג |
עטיקעט |
סטיל |
האנטבוך
זעט אויך אפיציעלע פאליסי ליסטע |
אן אונטערבלאט איז א בלאט וואס זיין נאמען אנטהאלט א "/" (קאסע ליניע). מען ניצט אונטערבלעטער ווען א בלאט האט א שטארק שייכות מיט אן אנדער בלאט.
דאס מעדיעוויקי ווייכווארג דערמעגלעכט שאפן אונטערבלעטער אין געוויסע נאמענטיילן. דארט וואו ס'איז מעגלעך שאפן אונטערבלעטער, טוט מען דאס מיט דעם פאלגנדן סארט פארבינדונג:
- [[נאמענטייל:הויפטבלאט־נאמען/אונטערבלאט־נאמען]]
אדער אין א קורצן פארמאט (פון דעם הויפטבלאט אליין):
- [[/אונטערבלאט־נאמען]]
אין דער יידיש־וויקיפעדיע קען מען שאפן אונטערבלעטער אין אלע נאמענטיילן.
אונטערבלעטער ווערן ברייט באניצט איינצושפייכלערן אלטן אינהאלט פון שמועס־בלעטער (ארכיוון), אבער מען קען זיי ניצן אויך צו שפאלטן א דיסקוסיע אדער איינארדענען א באניצער בלאט. אויך ניצט מען אונטערבלעטער צו שאפן פריוואטע זאמדקאסטנס.
ביישפיל
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אדער... שאפט זיך אן אייגענעם זאמדקאסטן מיט דער פארעם:
קליקט אויפן קנעפל "שאפן אן אונטערבלאט" כדי צו שאפן אן אונטערבלאט מיטן נאמען "זאמדקאסטן". איר קענט ענדערן דעם טעקסט "זאמדקאסטן" אין דער רעדאקציע קעסטל אויף וואס איר ווילט.
צו שאפן א פערזענלעכן זאמדקאסטן, שטעלט אריין אין אייער באניצער בלאט אזא לינק:
- [[באניצער:באניצער־נאמען/זאמדקאסטן]]
אדער אזוינס:
- [[/זאמדקאסטן]]
הערות און אנוואונקען
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- מען קען שאפן אן אונטערבלאט פון אן אונטערבלאט, אא"וו.
- אין אנהייב פון יעדן אונטערבלאט, אונטערן קעפל, דערשיינט לינקען וואס פירן צוריק צום באזע בלאט (ווען דער באזע בלאט עקזיסטירט נישט, דערשיינט נישט קיין לינק).
- אז מען לייגט צו נאך א קאסע ליניע ביים סוף פונעם לינק (למשל, [[/זאמדקאסטן/]]) טוט דאס פארשטעלן די ערשטע קאסע ליניע.
- כדי צו שאפן א לינק צו דער רשימה פון אייערע אונטערבלעטער, ניצט דעם קאד:
[[באזונדער:בלעטער_וואס_הייבן_אן_מיט/באניצער:באניצער־נאמען]]
מען קען ווייזן די רשימה אין א בלאט אז מען ניצט געקרייזלטע קלאמערן, אנשטאט קאנטיקע:
{{באזונדער:בלעטער_וואס_הייבן_אן_מיט/באניצער:באניצער־נאמען}}
- כדי למחוק דף משנה פרטי, כגון ארגז חול פרטי, יש להכניס את התבנית {{מחק}} לראש העמוד, ומפעיל מערכת יימחק את הדף בהתאם למדיניות המחיקה.
- מען קען שאפן א לינק צו דעם באזע בלאט, דורך [[../]]; אזוי אויך קען מען שאפן א לינק צו אן אנדער אונטערבלאט פון יענעם הויפט בלאט, אדער צום הויפטבלאט פונעם הויפטבלאט.