לדלג לתוכן

תיקון עולם

פֿון װיקיפּעדיע

תיקון עולם איז א ספר מיט בערך צוויי הונדערט בריוון אין לשון הקודש פון רבנים און בתי דינים קעגן די ציונים, מזרחי, אגודה און קאלאניסטן (ער רופט זיי ישוביסטען) פארטייען ארויסגעגעבן דורך רבי משה גאלדשטיין פון מונקאטש אין יאהר תרצ"ו דורך די פערזענליכער פארלאנג פון דער רשכבה"ג רבי חיים אלעזר שפירא אבד"ק מונקאטש דער מנחת אלעזר.

ספר תיקון עולם נגד אגודת ישראל ע"פ בקשת כ"ק רשכבה"ג מרן רבי חיים אלעזר שפירא אבד"ק מונקאטש בעל מנחת אלעזר
ספר תיקון עולם נגד אגודת ישראל ע"פ בקשת כ"ק רשכבה"ג מרן רבי חיים אלעזר שפירא אבד"ק מונקאטש בעל מנחת אלעזר

ער שרייבט אז די אלע ארגינעלע מאנוסקריפטן זענען געווען אינעם אוצר פון מונקאטשער רב רשכבה"ג רבי חיים אלעזר שפירא.

בסך הכל אנטהאלט עס הונדערט אכט-און-זעכציג זייטן.

אינעם שפעטערן דרוק האט מען צוגעלייגט נאך עטליכע בריוון פונעם קונטרס שומר אמונים פון יאהר תרצ"ט וואס איז ארויסגעקומען דורך עטליכע רבנים אין שפיץ פון רבי שמעון ישראל פאזען אב"ד ור"מ שאפראן בעל תורת א' פון די לייבן ביים רשכבה"ג רבי חיים אלעזר שפירא אבד"ק מונקאטש דער מנחת אלעזר.

רבנים ליסטע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]