שרויזברי
|
שרויזברי איז די גראַפֿנשאַפֿט־שטאָט פון שראפּשיר, אַ גראַפֿנשאַפֿט פון ענגלאַנד. ער איז פלאַצירט 9 מייל (14 קילאמעטער) מזרח פון דעם וועלשן גרענעץ און דינט ווי דער האַנדל־צענטער פֿאַר שראָפּשיר און מיטל־וויילז.
די שטאָט איז זייער אַלט. ער איז געגרינדעט געווארן אַרום יאר 700. דער שטאָט־צענטער האט נאך כּמעט דעם גענויען מיטל־אַלטער גאַסן פּלאַן און איבער 660 היסטארישע געביידעס. פיל פון די בנינים האָבן געהילצענע ראַמען פון די 15טן און 16טן יאָרהונדערטער. שרויזברי שלאס איז געבויט געווארן אין 1074. דער שטאָט־צענטער איז כּמעט אינגאַנצן ארומגענומען דורך דעם טייך סעווערן.
טשאַרלס דאַרווין איז געבוירן געווארן אין שרויזברי און האט געלעבט דאָרט 27 יאר.
די באַפעלקערונג פון שרויזברי איז א ביסל מער ווי 71,000, אַזוי איז ער דאס צווייט־גרעסטע שטעטל אין שראפשיר; די גרעסטע איז טעלפֿארד.
דאָס שטעטל האט אַ באַן סטאַנציע און אַ פראפֿעסיאנעלן פוטבאָל קלוב, שרויזברי טאַון, וואָס קאָנקורירט אין ליגע איינס .
שרויזברי האט א צווילינג־שטאָט:
גאַלעריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]-
די דינגל גאָרטנס, שרויזברי
-
ניו מעדאָ, היים פון שרויזברי טאַון