שמעון דובנאוו

פֿון װיקיפּעדיע
שמעון דובנאוו
SimonDubnow.jpg
געבורט 10 סעפטעמבער 1860
בעלארוס רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 8 דעצעמבער 1941 (אלט 81)
ריגע, לעטלאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט Firma Dubnow.jpg רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער OOjs UI icon info big.svg

שמעון דובנאוו (10טן סעפטעמבער 1860 - 8טן דעצעמבער 1941) איז געווען א שריפטשטעלער און היסטאריקער פאר יידישע היסטאריע, אנהייב אין רוסלאנד, שפעטער אין דייטשלאנד, און אין די באלטישע לענדער, ער האט אויפגעשטעלט די פאלקיסטן באוועגונג.

ער איז געבוירן דעם צווייטן טאג ראש השנה, אין אמסטיסלאוו, אין מאליוו אבלאסט אין היינטיגן בעלארוס. ער האט געלערנט אין חדר, אלס יינגל האט אים שוין געצויגן יידישע היסטאריע.

אין 1912, האט ער אויפגעשטעלט מיט דאקטער קאצענעלסאן, די יידישע ענציקלאפידיע, אויף רוסיש.

אין 1922 האט ער פארלאזט רוסלאנד, און ער איז אנגעקומען קיין קאוונע אין ליטע. דארט האט מען אים פארגעשלאגן צו ווערן הויפט פון יידישע קאטעדרע אין ליטווישע אוניווערסיטעט, די גויים דארט האבן אים אבער נישט פארגינט, און דעריבער איז נישט אויפגענומען געווארן, און פון דארט איז אריבער קיין בערלין, און דארט האט דובנאוו געוווינט פאר עלף יאר, ביז ווען די נאציס זענען ארויף.

אין בערלין האט ער געמאכט זיין מערסט אנגעזענסטע היסטארישע ווערק, היסטאריע פון אייביקן פאלק, (אויף העברעיש דברי ימי עם עולם).

ווען די נאציס האבן איבערגענומען דייטשלאנד, איז דובנאוו אריבער קיין ריגע, לאטוויע. ווען די נאציס זענען דארט אריין איז ער מיט אלע אנדערע יידן, אריבער אין געטא. אום 8טן דעצעמבער זענען אסאך יידן גענומען געווארן צו אויסהרגנען, ער איז מיטגעגאנגען, אבער אינמיטן וועג זייענדיק קראנק, האט א פאליציאנט געשאסן, מאנכע טענהן אז זיינס א סטודענט האט אים אומגעברענגט.

זיינע ביכער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די בוך היסטאריע פון אייביקן פאלק, האט ער געשריבן לויטן סדר פון ארץ ישראל, בבל, צפון אפריקע, שפאניע, דייטשלאנד און פראנקרייך, מזרח אייראפע, פאראייניגטע שטאטן, און צוריק קיין ארץ ישראל. אלעס מיט א סדר, פון א צענטראלע רוחניותדיקע פלאץ, ווי דאס יידישע פאלק איז געווען, די ביכער האט ער געשריבן אין רוסיש, דערנאך איז עס געווארן איבערגעזעצט אין דייטש, און ערשט דערנאך יידיש און העברעיש. אויך האט ער געשריבן א בוך איבער חסידות, היסטאריע פון יידן אין מזרח אייראפע, און היסטאריע פאר קינדער.

פאלקיסטן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דובנאוו איז געווען פון די גרינדער פון פאלקיסטן פארטיי, זייער אידעאלאגיע טענהט, יידן זענען א פאלק אן קיין לאנד, און די גאנצע וועלט איז א וווינארט פאר יידן, אבער זייער פארלאנג איז, א געוויסעאויטאנאמיע זאל געגעבן ווערן פארן יידישן פאלק, ווי זיי זאלן פירן זייערע אנגעלעגנהייטן, ווי עס איז געווען אין בבל ביי ריש גלותא, אדער אין שפאניע, אדער וועד ארבע ארצות, אין מזרח אייראפע, מיט עטליכע הונדערט יאר צוריק.

ער האט געהאלטן אז ציוניזם איז נישט קיין ענטפער צום יידישן פראבלעם אין גלות און א יידיש לאנד וועט נישט ארויסהעלפן די יידן פון צרות.

ער האט געגליכן מער יידיש ווי העברעיש, זאגנדיק אז העברעיש איז אן עליטיסטישע שפראך.