שמואל עהרנפעלד

פֿון װיקיפּעדיע
שמואל עהרנפעלד
חתן סופר.jpg
געבורט 1835
בראטיסלאווא, עסטרייכער אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט אויגוסט 1883 (אלט 48 בערך)
מאטערסדארף, עסטרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער OOjs UI icon info big.svg
חתן סופר.jpg

הרב שמואל עהרנפעלד (ה'תקצ"ה - א' אב ה'תרמ"ג) איז געווען דער אב"ד פֿון מאטערסדארף און מחבר פונעם ספר חתן סופר.

ערשטע יארן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

שמואל עהרנפעלד איז געבוירן אין פרעשבורג אום תקצ"ה צו זיין פאטער הרב דוד צבי עהרנפעלד און זיין מוטער הינדל, א טאכטער פונעם חתם סופר. ער איז געווארן אן איידים ביי ר' בונם פאשקעס.

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ר' שמואל האט געהאט עטלעכע רבנות שטעלעס. אום תרל"ז האט ער אויפגענומען דאס רבנות פון מאטערסדארף, וואס איז געווען די ערשטע שטעלע פון זיין זיידן דער חתם סופר.

ער איז אוועק יונגערהייט צו 48 יאר, און ער ליגט אינעם בית עולם פון מאטערסדארף.